אין 1991 בין איך געקומען קיין אָקספֿאָרד אַליין, די פֿרוי מיט די קינדער זײַנען פֿאַרבליבן אין מאָסקווע. מע האָט מיך אָנגענומען צו שרײַבן אַ דאָקטאָר־דיסערטאַציע וועגן ייִדיש אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד (לסוף, איז די דיסערטאַציע אַרויס ווי אַ בוך), אָבער קיין גענוגנדיקע סומע געלט האָט זיך מיר צונויפֿשנאָרען תּחילת ניט אײַנגעגעבן. בין איך פּלוצעם אויף אַ ווײַלע געוואָרן אַ „בחור‟ און געוווינט אין אַ פּיצינקן און, פֿאַרשטייט זיך, ביליקסטן צימער, וואָס איז נאָר געווען אין אַ הויז, באַפֿעלקערט דורך אַן אינטערנאַציאָנאַל פֿון גראַדויִר־סטודענטן.
איינער פֿון די סטודענטן איז געקומען פֿון קאַנאַדע, פֿון אַ פֿראַנצויזיש־רעדנדיקער משפּחה. איך געדענק ניט זײַן נאָמען, אָבער מיר האָט זיך יאָ פֿאַרגעדענקט, אַז פּלוצעם איז ער נעלם געוואָרן אויף עטלעכע טעג און האָט זיך דערנאָך באַוויזן אַ פֿריילעכער, אַ צופֿרידענער. ווען איך האָב אים געפֿרעגט, וווּ ער איז געווען, האָט ער דערציילט, אַז אים איז נימאס־ומאָוס געוואָרן דאָס ענגלישע עסן און ער האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט קיין בריסל, געוואָלט זיך אָטכײַען אין דעם קולינאַרישן גן־עדן פֿון בעלגיע.
שפּעטער האָב איך זיך אַליין איבערגעצײַגט, אַז אין בעלגיע באַציט מען זיך זייער ערנסט צו דער אַכילה. מיט דרײַצן יאָר צוריק האָב איך זיך אומגעקערט פֿון בערלין קיין אָקספֿאָרד. דער וועג איז גאַנץ אַ לאַנגער, דורך עטלעכע לענדער. בעלגיע האָט זיך אויסגעצייכנט אַפֿילו מיט די פּשוטע רעסטאָראַנדלעך, צעוואָרפֿן לענג־אויס די שאָסייען. איך קען אויך דערציילן, אָבער וועל עס איצט ניט טאָן, וועגן אַ חתונה אין בעלגיע, מיט אַ ווײַסן שוואַן, געמאַכט פֿון אײַזקרעם און אַנדערע קולינאַרישע קונצן. (אמת, דער סוף איז געווען, אַז דאָס פּאָרפֿאָלק האָט זיך מיט אַ שרעקלעכן סקאַנדאַל געגט.)
מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, פֿאַרבראַכט זייער אַ פֿײַנעם סוף־וואָך אין בריסל (פֿון לאָנדאָן איז עס בלויז צוויי שעה צו פֿאָרן מיט אַ באַן), געקליבן נחת פֿון דער שיינקייט פֿון דער שטאָט. אָבער גלײַכצײַטיק האָט זיך געוואָרפֿן אין די אויגן דער קאָנטראַסט צווישן דעם „אייראָפּעיִשן‟ בריסל און דעם „אָריענטאַלן‟ בריסל, בפֿרט לעבן דער באַן־סטאַנציע. ווי איך פֿאַרשטיי, איז עס איינע פֿון די געגנטן, וווּ די מעטאַסטאַזן פֿון דער הײַנטצײַטיקער באַרבאַרישקייט האָבן זיך צעשפּרייט.
ווי אַזוי האָט זיך עס באַקומען? באַרבאַרישקייט בשכנות מיט דער ראַפֿינירטער אַלטער ציוויליזירטקייט? איצט פֿאַרשטייט מען, און עמעצער האָט עס שוין לאַנג צוריק פֿאַרשטאַנען, אַז מע האָט אָפּגעטאָן אַ נאַרישקייט, אפֿשר אַפֿילו אַ פֿאַרברעכערישע נאַרישקייט, ווען מע האָט סטימולירט לײַט פֿון לחלוטין אַן אַנדער וועלט צו קומען מאַסנווײַז און אַרבעטן אין מערבֿ־אייראָפּע. אַזוינס איז דאָך געווען כּמעט אומעטום. די עקאָנאָמיע האָט געפֿאָדערט צו ברענגען „ביליקע הענט‟, וועלכע זײַנען אין אייראָפּע גופֿא אין דעם נייטיקן פֿאַרנעם ניט געווען. די דעמאָגראַפֿיע האָט געטראָגן אויף זיך די שפּורן פֿון צוויי וועלט־מלחמות און פֿון דעם מאָדערנעם מאָדעל פֿון משפּחה־לעבן — מיט ווייניק קינדער.
די גרעסטע נאַרישקייט האָט געשטעקט אַפֿילו ניט אין דעם וואָס מע האָט זיי גערופֿן צו קומען. נאָך ערנסטער איז געווען דער פֿאַקט, וואָס מע האָט זיי, די געסט־אַרבעטער, אַרײַנגעבראַכט און, אין תּוך אַרײַן, פֿאַרגעסן אין זיי. זייער ווייניק איז אָפּגעטאָן געוואָרן, כּדי זיי אינטעגרירן אין דער געזעלשאַפֿט. זיי זײַנען דאָך געסט! ווער באַשעפֿטיקט זיך מיט אינטעגרירן געסט? אָבער די געסט האָבן זיך פֿעסט באַזעצט און ניט איבערגעריסן די פֿאַרבינדונגען מיט די אַלטע היימען זייערע. פֿון דאָרטן פֿלעגט מען ברענגען ווײַבער און מענער, מע האָט אונטערגעהאַלטן דעם אַלטן שטייגער פֿון לעבן. בפֿרט נאָך, אַז די גאַסטגעבער האָבן אויף זיי געקוקט פֿון אויבן אַראָפּ — ווי קענט איר זײַן מיט אונדז גלײַך? פֿון וואַנען זײַט איר געקומען אַהער, אין דער הויכער ציוויליזאַציע אונדזערער!
און דערנאָך איז כּמעט אומעטום אין אייראָפּע (ווי אויך אין אַמעריקע) געשען אַזאַ זאַך — די פֿאַבריקן, וואָס האָבן געדאַרפֿט האָבן די „ביליקע הענט‟, האָבן זיך פֿאַרמאַכט. עס האָט מער געלוינט אויסצואַרבעטן די זעלבע זאַכן ערגעץ, וווּ דער שוואַרצער פֿעפֿער וואַקסט און די הענט זײַנען גאָר ביליק; און עס זײַנען איבער גאַנץ אייראָפּע פֿאַרבליבן צעוואָרפֿן שטאָטישע געגנטן, וווּ די קולטורעלע אָפּגעפֿרעמדקייט האָט זיך צונויפֿגעשמאָלצן מיט אַרבעטלאָזיקייט, אָרעמקייט. און מע האָט ניט באַמערקט, ווי די קרענק — אַ מין אויפֿגעלעבטע אוראַלטע באַרבאַרישקייט — איז אויפֿגעלעבט געוואָרן, אָנגענומען געפֿערלעכע פֿאָרמען און זיך מעטאַסטאַזיש צעשפּרייט.
ווילדע זאַכן זײַנען פֿון אָט דעם אַלץ אויסגעוואַקסן. איך גלייב, איך בין זיכער, אַז אייראָפּע, און די וועלט בכלל, וועט עס איבערלעבן. בעלגיע וועט פֿאַרהיטן איר חן. עפּעס וועט, בלי־ספֿק, מוזן זיך דראַמאַטיש בײַטן, רעאַגירן, ליידער, מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג אויף די נײַע דערשײַנונגען. אייראָפּע האָט אין 20סטן יאָרהונדערט איבערגעלעבט צוויי שרעקלעכע מלחמות, און וועט געפֿינען אַן אויסוועג אויך איצט. און אַמעריקע, ווי תּמיד, וועט צו הילף קומען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.