ווען ישׂראל קרישטאָל איז געווען אַ קליין קינד האָט מען זיך דערוווּסט אין זײַן שטעטל זשאַרנעוו, אַרום 50 מײַל אַוועק פֿון לאָדזש, אַז עס געפֿינט זיך אַן אויטאָ אין אַ דערבײַיִקן שטעטל. קיינער אין זשאַרנעוו האָט קיינמאָל ניט געזען קיין אויטאָ און ווען עס האָט זיך פֿאַרשפּרייט די ידיעה, איז דאָס ייִנגעלע, צוזאַמען מיט אַ גרופּע זשאַרנעווער ייִדן, געגאַנגען 22 מײַל צו פֿוס, כּדי צו זען די נײַע טעכנאָלאָגיע. ווען דאָס ייִנגעלע האָט סוף־כּל־סוף דערזען דעם אויטאָ האָט ער אַרויסגערופֿן אַ צעמישטער: „אָבער וווּ זענען די פֿערד?‟ הײַנט, מיט מער ווי הונדערט יאָר שפּעטער, נאָכן איבערלעבן צוויי וועלט־מלחמות און דעם פֿאַרטילקונגס־לאַגער אוישוויץ, וווינט ישׂראל קרישטאָל אין חיפֿה, וווּ דאָס „גינעס־בוך פֿון וועלט־רעקאָרדן‟ האָט אים לעצטנס דערלאַנגט אַ צערטיפֿיקאַט וואָס באַשטעטיקט, אַז ער איז דער עלטסטער מאַן אויף דער וועלט.
ישׂראל קרישטאָל איז געבוירן געוואָרן מיט 112 יאָר צוריק, דעם 15טן סעפּטעמבער 1903, אין אַ דערפֿעלע מיטן נאָמען מאַלעניץ, וואָס געפֿינט זיך לעבן דעם שטעטל זשאַרנעוו, וואָס איז צו יענער צײַט געלעגן אין די גרענעצן פֿון דער צאַרישער אימפּעריע. אַחוץ אויטאָס, האָט דאָס שטעטל אין קרישטאָלס קינדער־יאָרן אויך ניט פֿאַרמאָגט קיין עלעקטריע, שוין אָפּגערעדט פֿון טעלעפֿאָנען. עס האָט אָפֿט געדויערט אַ יאָר, ביז די ייִדן אין זשאַרנעוו האָבן באַקומען אַן ענטפֿער אויף די בריוו, וואָס זיי האָבן געשיקט קיין אַמעריקע.
די וועלט איז הײַנט דאָך גאַנץ אַנדערש און די ידיעות פֿאַרשפּרייטן זיך איצט בליץ־שנעל. ווען איך האָב אָנגעשריבן אַ נאָטיץ אין „פֿאָרווערטס‟ מיט אַנדערהאַלבן חודשים צוריק, אַז „גינעס‟ און „די גערענטאָלאָג־פֿאָרש־גרופּע‟ האַלטן אין זוכן דאָקומענטן, כּדי צו באַשטעטיקן, אַז קרישטאָל איז טאַקע אַזוי אַלט ווי ער זאָגט, האָט ער אַליין געלייענט דעם אַרטיקל אין ישׂראל פֿון אַ פּאַפּירענעם עקזעמפּלאַר פֿון אונדזער צײַטונג. וועגן דעם האָב איך זיך דערוווּסט, ווײַל אורן קרישטאָל, ישׂראלס אַן אייניקל, האָט זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט מיר דורך „פֿייסבוק‟. אַ פּאָר וואָכן שפּעטער, נאָך דעם וואָס „גינעס‟ האָט אַנאָנסירט, אַז ישׂראל קרישטאָל איז טאַקע דער עלטסטער מענטש אויף דער וועלט, וועמענס עלטער מע קען באַשטעטיקן, האָט אורן קרישטאָל מיר ווידער געשריבן. דורך אים האָב איך זיך פֿאַרבונדן מיט זײַן פֿאָטער חיים, כּדי צו רעדן וועגן דעם אויסערגעוויינטלעכן לעבן פֿון ישׂראל קרישטאָל.
אַז עס גייט די רייד וועגן עמעצן, וואָס האָט דערלעבט צו אַזאַ חשובֿן עלטער, איז שווער אויסצומײַדן די גאָר באַנאַלע פֿראַגע: ווי אַזוי האָט דער מענטש דערלעבט ביז 112? דאָס דערגרייכן אַזאַ עלטער איז שוין גאָר אַ זעלטענע זאַך אַפֿילו אין די סאַמע בעסטע אומשטענדן. ווי אַזוי קומט עס, אַז אַ מענטש ווי קרישטאָל, וואָס האָט איבערגעלעבט אַזוי פֿיל שוועריקייטן און טראַגעדיעס, זאָל דאָס באַווײַזן? ווען איך האָב געשטעלט די פֿראַגע חיים קרישטאָלן האָב איך באַקומען צוויי ענטפֿערס: זײַן אייגענע דערקלערונג, ווי אויך ישׂראלס פּירוש אויף דעם. חיים, אַ דאָקטער בײַם פֿאַך, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן פֿרום אָבער איז מער ניט רעליגיעז, דערקלערט זײַן פֿאָטערס אַריכות־ימים מיט גרונטלעכע וויסנשאַפֿטלעכע פֿאַקטן. קודם־כּל זעט עס אויס ווי די משפּחה קרישטאָל געניסט פֿון גאָר גוטע גענעס: ישׂראלס באָבע איז געבוירן געוואָרן אינעם 18טן יאָרהונדערט און אַנדערע קרובֿים זענען געווען בני־תּשעים און אַפֿילו עלטער.
„דערצו‟, האָט חיים מיר ווײַטער דערקלערט אויפֿן טעלעפֿאָן, „ס׳העלפֿט מסתּמא אַ סך זײַן צוגאַנג צום לעבן. ער איז שטענדיק אַן אָפּטימיסט און באַטראַכט די גלאָז ווי האַלב פֿול איידער האַלב ליידיק. ער עסט גאַנץ פּאַמעלעך און ער איז ניט קיין ׳פֿרעסער׳. ס׳העלפֿט אים אויך, אַז איך און מײַן שוועסטער שטיצן אים אונטער און אַז ער האָט אַ גוטע באַציִונג מיט אונדז, ווי אויך מיט זײַנע אייניקלעך. דערפֿאַר ווייסט ער, אַז ער באַלאַנגט צו אַ משפּחה, און דאָס העלפֿט‟.
נאָכן דערקלערן זײַן מיינונג, האָט חיים מיך איבערגעגעבן זײַן פֿאָטערס אייגענעם אויספֿיר. „מײַן פֿאָטער איז שטענדיק געווען אַ פֿרומער. ער לייגט נאָך אַלץ תּפֿילין יעדן אינדערפֿרי. איז פֿאַר אים איז עס אַלץ אַ דאַנק גאָטס ווילן‟.
אין אַ דערקלערונג צו דער וועבזײַט פֿונעם „גינעס בוך פֿון וועלט־רעקאָרדן‟ האָט ישׂראל קרישטאָל מסביר געווען אַז „איך ווייס ניט דעם סוד פֿון אַריכות־ימים. אַלצדינג ווערט אָנגעפֿירט פֿונעם אייבערשטן און מיר וועלן קיינמאָל ניט וויסן פֿאַר וואָס עפּעס איז געשען. עס זענען געווען מענער, וואָס זענען קלוגער, שטאַרקער און שענער פֿון מיר וואָס לעבן ניט מער. אַלץ וואָס בלײַבט פֿאַר אונדז צו טאָן איז אָנצוגיין אַרבעטנדיק ווײַטער אַזוי שווער ווי ס׳איז נאָר מעגלעך, כּדי ווידערצובויען אַלצדינג, וואָס מיר האָבן פֿאַרלוירן‟.
דאָס ווידער אויפֿבויען דאָס וואָס מע האָט פֿאַרלוירן דינט ווי אַ גוטן סך־הכּל פֿון ישׂראל קרישטאָלס לעבנס־געשיכטע. לאַנג פֿאַרן חורבן איז אים ניט באַשערט געווען קיין גרינג לעבן און ער האָט געדאַרפֿט עטלעכע מאָל ווידער אָנהייבן אַלצדינג פֿונדאָסנײַ. דאָס דריטע פֿון זיבן זין, האָט דער יונגער ישׁראל אָנגעהויבן גיין אין חדר צו דרײַ יאָר. יעדן טאָג פֿלעג זײַן פֿאָטער אים אויפֿוועקן 5 אַ זייגער אין דער פֿרי, כּדי אָנצוהייבן מיטן דאַווענען און לערנען. ווי אַ סך ייִדישע קינדער אינעם שטעטל האָט ער קיינמאָל ניט געלערנט אין קיין מלוכישער שול און האָט אין זײַנע יונגע יאָרן נאָר באַקומען אַ טראַדיציאָנעלן חינוך. זײַן מאַמע איז געשטאָרבן אין 1910 און ווען עס איז אויסגעבראָכן די ערשטע וועלט־מלחמה האָבן די רוסן זײַן פֿאָטער אַוועקגענומען. צוליב דער מלחמה האָט ער קיינמאָל ניט געהאַט קיין בר־מיצווה.
נאָך דעם וואָס מע האָט אַרײַנגענומען זײַן פֿאָטער אין אַרמיי איז דאָס ייִנגל געגאַנגען וווינען מיט אַ פֿעטער, וואָס האָט אים אויסגענוצט ווי אַן אַרבעטער אויף זײַן פֿאַרם. „ער איז כּמעט געווען אַ שקלאַף‟, האָט חיים איבערגעגעבן. „ער האָט געהאָרעוועט און געהאָרעוועט. ער איז ניט געגאַנגען לערנען און האָט געהונגערט‟. אויפֿן פֿאַרם האָט דאָס ייִנגל זיך באַגעגנט מיט ייִדישע סאָלדאַטן אין דער רויטער אַרמיי. ער האָט זיי געגעבן ברויט און אַנדערע זאַכן זיי אַרויסצוהעלפֿן, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ער האָט אַליין ווייניק וואָס געהאַט. איינמאָל האָט אַ סאָלדאַט אים געבעטן צו זאָגן קדיש נאָך זײַנע קרובֿים, טאָמער דער סאָלדאַט וועט אומקומען אויפֿן שלאַכטפֿעלד.
צו זיבעצן יאָר האָט ישׂראל זיך באַזעצט אין לאָדזש, וווּ ער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אין אַ שאָקאָלאַד־פֿאַבריק. דאָרטן האָט ער זיך קונה־שם געווען, קודם, ווי אַ שווערער אַרבעטער און דערנאָך ווי אַ מײַסטערהאַפֿטיקער פֿאַבריצירער פֿון זיסוואַרג. ער איז געוואָרן אַזוי דערפֿאָלגרײַך, אַז ס׳איז אים אין גיכן געלונגען צו עפֿענען זײַן אייגענע פֿאַבריק. אין 1928 האָט ער חתונה געהאַט מיט אַן אָרטיקן מיידל, חיה־פֿייגע פֿרוכט, און דאָס גליקלעכע פּאָרל האָט געהאַט צוויי זין.
נאָך דעם וואָס מע האָט פֿאַרשפּאַרט די לאָדזשער ייִדן אין געטאָ אין מײַ 1940 איז ישׂראל קרישטאָל ווײַטער אָנגעגאַנגען מיט דער אַרבעט אין זײַן פֿאַבריק. דײַטשישע אָפֿיצירן, ווי אויך די מיטגלידער פֿונעם אָרטיקן יודענראַט האָבן אים געגעבן צוקער און שאָקאָלאַד, כּדי ממשיך צו זײַן מיטן מאַכן זיסוואַרג. „זײַן פֿאַך האָט אים מסתּמא געהאָלפֿן‟, האָט חיים איבערגעגעבן, דערקלערנדיק, אַז די דײַטשישע אָפֿיצירן האָבן געפֿײַערט געבורטסטעג און באַשטעלט זיסוואַרג פֿאַר זייערע קרובֿים אין דײַטשלאַנד. „אַז מע שאַפֿט פֿאַר זיי זיסוואַרג און צוקערקעס זענען זיי דאָך ווייניקער בייז אויף דיר‟. דאָס מאַכן שאָקאָלאַדעס האָט פֿאַרזיכערט, אַז ישׂראל און זײַן פֿרוי האָבן געקענט אויסמײַדן די דעפּאָרטאַציעס קיין כעלמנאָ, וווּ מע האָט אומגעבראַכט ס׳רובֿ לאָדזשער ייִדן. די אַרבעט האָט אָבער ניט געקענט ראַטעווען זייערע זין: ביידע זענען געשטאָרבן אינעם געטאָ, צוליב עפּידעמיעס.
אין אויגוסט 1944 זענען ישׂראל און זײַן פֿרוי חיה־פֿייגע פֿאַרשיקט געוואָרן קיין אוישוויץ מיט דער סאַמע־לעצטער דעפּאָרטאַציע. ביידע האָבן לכתּחילה איבערגעלעבט דער סעלעקציע, און ישׂראל איז אַ געוויסע צײַט מצליח געווען צו בלײַבן אין קאָנטאַקט מיט זײַן פֿרוי, וואָס איז געווען פֿאַרשפּאַרט אין אַן אַנדער טייל פֿון לאַגער. שפּעטער האָט ער אָבער זיך דערוווּסט, אַז זי איז דערשאָסן געוואָרן. פֿון אוישוויץ האָט מען ישׂראל קרישטאָלן פֿאַרשיקט אין דרײַ פֿאַרשידענע אַרבעטס־לאַגערן אין דײַטשלאַנד. ווען מע האָט אים סוף־כּל־סוף באַפֿרײַט אין מײַ 1945 האָט ער געווויגן בלויז 81 פֿונט. צוליב דעם, וואָס ער איז געווען צו שוואַך אַפֿילו צו גיין, האָט מען אים אַרײַנגעבראַכט אין אַ רוסישן שפּיטאָל. נאָך לאַנגע חדשים איז ער געקומען צו זיך און האָט פֿאַרלאָזט דעם שפּיטאָל און זיך ווידער באַזעצט אין לאָדזש. אָנהייבנדיק פֿונדאָסנײַ האָט ער ווידער געגרינדעט אַ זיסוואַרג־פֿאַבריק און זיך באַקענט מיט זײַן צווייטער פֿרוי בת־שבֿע, וואָס האָט אַליין פֿאַרלוירן איר מאַן און זון.
אין לאָדזש איז בײַ ישׂראל און בת־שבֿע געבוירן געוואָרן זייער זון, חיים. מיט צוויי יאָר שפּעטער האָט די משפּחה זיך באַזעצט אין ישׂראל, וווּ עס איז געבוירן זייער טאָכטער שולה. צום דריטן מאָל האָט ישׂראל געדאַרפֿט אָנהייבן זײַן קאַריערע פֿונדאָסנײַ. ער האָט געהאָרעוועט אין אַ שאָקאָלאַד־פֿאַבריק אין חיפֿה, ביז ס׳איז אים סוף־כּל־סוף געלונגען צו עפֿענען זײַן אייגענעם פֿאַבריק. מיט זײַן דריטער פֿאַבריק האָט ער אָנגעפֿירט ביז 1970, ווען ער איז געגאַנגען אויף פּענסיע. אַפֿילו דעמאָלט האָט ער ניט אין גאַנצן אויפֿגעהערט צו אַרבעטן — ער האָט געמאַכט צוקערקעס בײַ זיך אין דער היים און זיי פֿאַרקויפֿט אין אַ בודקע, וואָס ער האָט געדונגען אין אַן אײַנקויפֿס־צענטער.
„מײַן פֿאָטער האָט בכלל ליב צו אַרבעטן‟, האָט חיים מיר דערקלערט. „ס׳איז אים לכתּחילה געווען שווער דאָס אויפֿצוגעבן. אָבער ער האָט אויך זיך געוואָלט לערנען, ווײַל ער האָט קיינמאָל ניט געהאַט קיין געלעגנהייט צו באַקומען אַ דערציִונג‟. דערפֿאַר האָט ישׂראל פֿאַרבראַכט אַ טייל פֿון זײַנע זיבעציקער אין אוניווערסיטעט, וווּ ער האָט זיך אויסגעלערנט ענגליש און שטודירט ליטעראַטור. ווי איינער, וואָס האָט ניט געהאַלטן פֿון טעלעוויזיע אָדער „ביטול־זמן‟, איז ישׂראל ווײַטער אָנגעגאַנגען מיט זײַן לעבן, לייענענדיק ביכער, לייגנדיק תּפֿילין יעדן אינדערפֿרי און פֿאַרברענגענדיק מיט זײַנע קינדער, 9 אייניקלעך און צענדליקער אור־אייניקלעך.
נאָך דעם, וואָס די משפּחה האָט מיט אים געפּראַוועט זײַן 110טן געבורטסטאָג האָט מען געשיקט אַ בריוו דעם „גינעס־בוך פֿון וועלט־רעקאָרדן‟, כּדי צו לאָזן דער אָרגאַניזאַציע וויסן וועגן ישׂראלס אַריכות־ימים. ווען עס איז אין יאַנואַר געשטאָרבן יאַסוטאַראָ קאָיִדע אין יאַפּאַן, וואָס איז געווען 7 חדשים עלטער פֿון ישׂראל קרישטאָלן, האָט די „גערענטאָלאָג־פֿאָרש־גרופּע‟ אויסגעזוכט די געהעריקע דאָקומענטן צו באַשטעטיקן זײַן עלטער. ווען „גינעס‟ האָט דעם 11טן מאַרץ געלאָזט וויסן דער משפּחה, אַז קרישטאָל וועט באַקומען דעם טיטל פֿונעם עלטסטן מאַן אויף דער וועלט, האָט ער געזאָגט זײַן זון אויף ייִדיש: „אוי, אַ גליק האָט מיר געטראָפֿן‟. און דערנאָך זיך געוויצלט: „וויפֿל וועט מען מיר באַצאָלן פֿאַר יעדן יאָר?‟
ניט געקוקט אויף זײַנע וויצן, פֿאַרשטייט ישׂראל קרישטאָל ניט פֿאַר וואָס מע מאַכט אַזאַ גרויסע גדולה וועגן דעם, וואָס ער לעבט אַזוי לאַנג. ער האַלט, אַז דאָס איז ניט באמת אַ דערגרייכונג פֿאַר זיך, נאָר גיכער אַ צופֿעליקייט. פֿונדעסטוועגן שעפּט ער יאָ נחת פֿון זײַנע קינדער און אייניקלעך און איז שטאָלץ מיט זײַנע דערגרייכונגען. אויף דער פֿראַגע, צי ער האָט אַ וווּנטש אָדער אַ מעלדונג פֿאַר אַלעמען, האָט זײַן זון געענטפֿערט, אַז זײַן פֿאָטער וויל פּשוט, אַז עס זאָל זײַן שלום אויף דער גאַנצער וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.