די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך אומגעריכט באַקומען אַ גרוס פֿון דער צוקונפֿט…
אַרײַנגייענדיק צום ערשטן מאָל אין אַ געוויסן אָפֿיס־בנין אין מאַנהעטן, בין איך צוגעגאַנגען צום ליפֿט, כּדי זיך אויפֿצוהייבן אויפֿן נײַנטן גאָרן, אָבער נישט געפֿונען די אַרויף־ און אַראָפּ־קנעפּלעך. פֿון דעסטוועגן, זענען די טירן פֿון אַלע ליפֿטן געווען פֿאַרמאַכט. כ׳בין געבליבן שטיין אַ צעטומלטע.
אַ פֿאַרבײַגייער האָט מיר געוויזן, אַז כּדי אַרײַנצוגיין אין ליפֿט, דאַרף איך צוגיין צו דער ציפֿערן־קלאַוויאַטור אויף דער וואַנט און קוועטשן דעם ציפֿער פֿונעם שטאָק, וווּהין איך דאַרף פֿאָרן. האָב איך געקוועטשט אויף 9. אויפֿן עקראַן פֿון דער קלאַוויאַטור האָט זיך באַוויזן די אינסטרוקציע: נעמט דעם ליפֿט נומער 5. אין דרײַ סעקונדעס האָט דאָס לעמפּל איבערן ליפֿט נומער 5 זיך אָנגעצונדן, און איך בין, אַ ביסל אַ נערוועזע, אַרײַנגעגאַנגען. די טירן האָבן זיך גלײַך פֿאַרמאַכט, און אַן אומרויִקע האָב איך באַמערקט, אַז עס זענען בכלל נישטאָ קיין ציפֿער־קנעפּלעך אין ליפֿט. דער ליפֿט האָט זיך געגעבן אַ הייב אויף און מיך גלײַך געפֿירט צום נײַנטן גאָרן. אַ גליקלעכע בין איך אַרויסגעלאָפֿן און די טירן האָבן זיך פֿאַרמאַכט.
דאָס איז געווען מײַן ערשטע איבערלעבונג מיטן אַזוי גערופֿענעם „קלוגן ליפֿט‟. נאָכן אויספֿאָרשן דעם ענין האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען די וויכטיקייט און, באמת, די געניאַלקייט פֿון דער המצאה. דער ציל פֿונעם קלוגן ליפֿט איז צו פֿירן מענטשן צו זייער גאָרן אויפֿן גיכסטן, עפֿעקטיווסטן אופֿן. ווי אַזוי? אַלע פּאַסאַזשירן, וואָס דאַרף פֿאָרן צום זעלבן שטאָק פֿאָרן אין איין ליפֿט, און אַזוי קען מען זיי אַלע ברענגען דירעקט אַהין, אָן דעם אַז דער ליפֿט זאָל זיך אָפּשטעלן אויף אַנדערע גאָרנס צוליב בלויז איין פּאַסאַזשיר.
דערבײַ באַווײַזט דער קלוגער ליפֿט עטלעכע מעלות: די פּאַסאַזשירן זענען צופֿרידן ווײַל מע פֿירט זיי גיכער צום ציל; דער אייגנטימער פֿון בנין איז גליקלעך, וואָס עס זאַמלען זיך נישט אָן צו פֿיל מענטשן אינעם פּאַרטער, וואַרטנדיק אויפֿן ליפֿט; און צוליב דעם וואָס דער ליפֿט שטעלט זיך אָפּ אויף ווייניקער גאָרנס, ניצט עס אויס ווייניקער ענערגיע.
כאָטש לכתּחילה האָב איך זיך אַ ביסל דערשראָקן פֿאַר דעם קלוגן ליפֿט — פּשוט ווײַל איך האָב זיך געפֿילט ממש ווי אַ פֿרעמדער אין מײַן אייגן לאַנד — בין איך איצט אַנטציקט, בפֿרט נאָך דעם ווי איך האָב זיך אויסגעלערנט ווי אַזוי מע ניצט עס, און די מעלות דערפֿון.
אין דער אמתן, האָב איך שוין פֿון לאַנג אַ שטילע ליבשאַפֿט מיט דער הויכער טעכנאָלאָגיע, בפֿרט אין שײַכות מיט המצאָות פֿאַרבונדן מיטן טאָג־טעגלעכן לעבן. מײַן אינטערעס צו די וווּנדערלעכע מעגלעכקייטן פֿון טעכנאָלאָגיע האָט זיך אָנגעהויבן ווען איך בין געווען אַ מיידל פֿון 11 יאָר, בײַם זען צום ערשטן מאָל סטענלי קובריקס מײַסטערווערק, „2001: אַ קאָסמאָס־אָדיסיי‟ [[2001: A Space Odyssey. דער פֿילם, וואָס איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אינעם יאָר 1968 איז פֿונעם זשאַנער, science fiction, וואָס אויף ייִדיש האָט מען אַ געראָטענעם נעאָלאָגיזם דערפֿאַר: פֿאַקטאַזיע. אויפֿן ערשטן בליק איז דער סיפּור־המעשׂה אַ פּשוטער: אַ מאַנשאַפֿט אַסטראָנאָטן פֿאָרט אויף אַ רײַזע צום פּלאַנעט דזשופּיטער, באַגלייט מיט אַ כּמעט מענטשלעכן קאָמפּיוטער „האַל‟, כּדי אויסצופֿאָרשן אַ מיסטעריעזן שוואַרצן שטיין, וואָס האָט עפּעס אַ שײַכות מיט דער עוואָלוציע פֿונעם בן־אָדם. דער פֿילם איז אָבער אַ סך מער ווי דאָס; ער באַהאַנדלט ערנסטע פֿראַגעס פֿון עקזיסטענץ, די מעגלעכע סכּנות פֿון טעכנאָלאָגיע, הויכער אינטעליגענץ אינעם קאָסמאָס, און אַפֿילו טעאָלאָגיע.
אויף מיר האָבן געמאַכט אַן אײַנדרוק געוויסע זאַכן, וואָס די אַסטראָנאָטן האָבן געניצט, וואָס זענען אין 1968 נאָך געווען פֿרעמד. איין אַסטראָנאָט, למשל, בעתן אָפּשטעלן זיך אין אַ קאָסמאָס־סטאַנציע (וואָס זעט, אַגבֿ, אויס ווי אַ סטעריל, כּמעט־ליידיק פֿליפֿעלד), ניצט אַ קרעדיט־קאַרטל צו „טעלעפֿאָנירן‟ זײַן טעכטערל אויף דער ערד דורך אַן אַזוי גערופֿענעם Picturephone. דער אײַנפֿאַל, אַז מע קען זען דעם מענטש וואָס מע קלינגט (הײַנט הייסט עס צו „סקײַפּן‟ עמעצן), האָט דעמאָלט אויסגעזען ווי אַ בריליאַנטענער אײַנפֿאַל.
דער פֿילם שילדערט אויך אַנדערע טעכנאָלאָגיעס, וואָס האָבן דעמאָלט אויסגעזען שיִער נישט אוממעגלעך ווי, למשל, דאָס קענען אידענטיפֿיצירן אַ מענטשן דורך זײַן קול, און דאָס קענען כאַפּן אַ שמועס אָדער אַפֿילו שפּילן שאַך מיט אַ קאָמפּיוטער.
אַ טעם פֿון דער נישט־צו־ווײַטער צוקונפֿט האָט מען אויך פֿאַרזוכט אויף די אַמאָליקע וועלט־אויסשטעלונגען (world’s fairs, בלע״ז) און אין „דיזני־וווּרלד‟. ווען איך האָב דאָס ערשטע מאָל באַזוכט „דיזני־וווּרלד‟, אין 1991, האָט מען אונדז געפֿירט אויף אַ „רײַזע אין דער צוקונפֿט‟, וווּ מע האָט געוויזן, אַז יעדער איינער וועט אין גיכן פֿאַרמאָגן זײַן אייגענעם טעלעפֿאָן־נומער און קענען מיטברענגען און ניצן זײַן טעלעפֿאָן, וווּ ער זאָל זיך נישט געפֿינען. „אוי, וואָלט דאָס געווען שיין!‟ האָב איך, אַ פֿאַרחלומטע, געקלערט.
דאָס זענען אָבער אויך געווען נאַיִווע צײַטן, ווען ס׳רובֿ פֿון אונדז זענען געווען שטאַרק אָפּטימיסטיש וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער מענטשהייט. מע האָט געגלייבט, אַז וואָס מער עס וועלן זיך אַנטוויקלען די „דריטע לענדער‟ פֿון דער וועלט, אַלץ מער געבילדעט וועלן ווערן אַפֿילו זייערע אָרעמסטע אײַנוווינער; און אַז מיט דער צײַט וועלן אַלע אינספּירירט ווערן פֿון די דעמאָקראַטישע און מערבֿדיקע ווערטן — אַרײַנגערעכנט די וווּנדערלעכע טעכנאָלאָגישע דערגרייכונגען ווי קאָסמאָס־רײַזעס און מאָבילע טעלעפֿאָנען.
צום באַדויערן, איז געשען פּונקט דאָס פֿאַרקערטע. די זעלבע פֿאַנטאַסטישע המצאָות ווי קלוגע טעלעפֿאָנען זענען אויך געוואָרן אַ מיטל בײַ טעראָריסטן דורכצופֿירן זייערע אָפּעראַציעס און אַפֿילו אַן אופֿן ווי אויפֿצורײַסן באָמבעס. הויך־געבילדעטע יונגע לײַט, וואָס האָבן געקאָנט געניסן פֿון אַ באַלעבאַטישער קאַריערע ווי אַ פּילאָט פֿאַר „בריטיש ערווייס‟, למשל, האָבן באַשלאָסן גיכער אַרײַנצוקראַכן עראָפּלאַנען אין גרויסע בנינים און דערבײַ פֿאַרטיליקן טויזנטער מענטשן מיט איין קלאַפּ, ווי מע האָט געזען אין די אַטאַקן דעם 11טן סעפּטעמבער.
ווי איראָניש עס איז, אַז אַפֿילו דאָס יאָר 2001, וואָס קובריק האָט געהאַט רעפּרעזענטירט ווי אַ צוקונפֿט פֿון וווּנדערלעכע וויסנשאַפֿטלעכע דערגרייכונגען, האָט פֿאַר אונדז הײַנט אַ גאָר אַנדערן באַטײַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.