לױט דער פּאָליצײ זײַנען אַן ערך 7,000 מענטשן בײַגעװען אױפֿן „אין אײן קול“־פֿעסטיװאַל, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט עלסטערנװיק. דער פֿעסטיװאַל איז געװען אַן אױסשטעלונג פֿון דער פֿאַרשײדנאַרטיקײט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין מעלבורן, אױסטראַליע. די באַשטאַנדטײלן פֿונעם פֿעסטיװאַל זײַנען געװען: אַ פֿינף־שעהיקער קאָנצערט פֿון ייִדישע, העברעיִשע און ענגלישע לידער און טענץ, פֿאַרשײדענע ייִדישע עסנס, האַנט־אַרבעט־און־קונסט, ספּעציעלע אַקטיװיטעטן און רײַטן פֿאַר קינדער, רײַטן אױף מאָטאָציקלען פֿאַר דערװאַקסענע, אַ דאַנק דער גרופּע Jews on Wheels (ייִדן אױף רעדער), אַן אױסשטעלונג פֿון די מעלבורנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אַ פֿאַרמעסט צו זען, װער קען אױפֿעסן די גרעסטע צאָל בײגל, און אַ פֿאַרמעסט צו זען, װעמענס קעזקוכן איז די געשמאַקסטע.
דער פֿעסטיװאַל איז דורכגעפֿירט געװאָרן אונטערן אױפֿזיכט פֿון דער בונדישער יוגנט־גרופּע „סקיף“ און פֿון דער מעלבורנער קולטור־אָרגאַניזאַציע „קדימה‟. דער אָרגאָניזיר־קאָמיטעט איז באַשטאַנען פֿון אַ 20 מאַן; און אַן ערך 100 פֿרײַ־װיליקע אַרבעטער אין עלטער פֿון 17 ביז 70 יאָר האָבן פֿאַרזיכערט, אַז דער טאָג זאָל זײַן דערפֿאָלגרײַך.
אױפֿן קאָנצערט האָבן געזונגען אין ייִדיש, העברעיִש און ענגליש די כאָרן פֿונעם שלום־עליכם קאָלעדזש, פֿון דער בונדישער יוגנט־גרופּע „סקיף‟, דער בונדישער „מיר קומען אָן“־כאָר, דער לירון־כאָר, די קאַפּעליע „די באַשעװיס־זינגערס“, די לאָקאַלע זינגערין קערען פֿעלדמאַן און אַנדערע. צװישן אַנדערע האָבן די מעלבורנער ייִדישע אַקטיאָרן יאָסל טיגעל און עליסאַ גרײ אָנגעפֿירט מיטן קאָנצערט.
דער װעטער האָט צוגעשפּילט און דער טאָג איז אַדורך מיט גרױס הצלחה. דער אָרגאַניזיר־קאָמיטעט האָט שױן געמאָלדן, אַז דער איבעראַיאָריקער „אין אײן קול“־פֿעסטיװאַל װעט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 19טן מאַרץ, 2017.
אױסטראַליעס נײַסטער סענאַטאָר, דזשײמס פּעטערסאָן, איז אַ מיטגליד פֿון דער קאָנסערװאַטיװער ליבעראַלער פּאַרטײ. צו זײַנע 28 יאָר איז ער דער ייִנגסטער מיטגליד פֿונעם אױסטראַלישן סענאַט.
במשך פֿון זײַן ערשטן רעפֿעראַט אינעם קאָמאָנװעלט־פּאַרלאַמענט, האָט פּעטערסאָן געפֿאָדערט, צװישן אַנדערע זאַכן, אַז די ליבעראַלע אױסטראַלישע רעגירונג זאָל אַריבערפֿירן איר ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע פֿון תּל־אָבֿיבֿ קײן ירושלים צוליב פּראַקטישע און סימבאָלישע סיבות. פּעטערסאָן האָט אָנגעזאָגט אַ זשורנאַליסט, אַז אַזאַ ענדערונג װאָלט נישט געקענט פֿאָרקומען גאָר אין גיכן און, אַז אױסטראַליע װאָלט אין דער אמתן געדאַרפֿט װאַרטן ביז אַמעריקע װעט אַריבערפֿירן איר אַמבאַסאַדע פֿון תּל־אָבֿיבֿ קײן ירושלים אײדער זי פֿירט אַריבער איר אַמבאַסאַדע קײן ירושלים.
אױסטראַליעס ליבעראַלער אױסערן־מיניסטער, דזשולי בישאָפּ, האָט גלײַך געזאָגט, אַז אױסטראַליע האָט נישט קײן פּלענער אַריבערצופֿירן איר אַמבאַסאַדע קײן ירושלים. דער פּרעזידענט פֿון דער ציוניסטישער פֿעדעראַציע פֿון אױסטראַליע, ד״ר דעני לעם, האָט באַגריסט פּעטערסאָנס פֿאָדערונג.
די בוכענװאַלד־גרופּע פֿון די לעבן־געבליבענע, װעלכע זײַנען געװען פֿאַרשפּאַרט אינעם נאַצישן לאַגער בוכענװאַלד און זײער נאָכװוּקס, אָרגאַניזירן אַ יזכּור־צערעמאָניע בײַ זײער מאָנומענט אױפֿן מעלבורנער ייִדישן בית־עולם אין דער פֿאָרשטאָט ספּרינגװײל. די צערעמאָניע װעט פֿאָרקומען פּונקט 71 יאָר נאָך דעם װי די אַמעריקאַנער אַרמײ האָט באַפֿרײַט בוכענװאַלד פֿון די נאַציס, דעם 11טן אַפּריל, 1945.
די זעלבע אָרגאַניזאַציע אָרדנט אױך אײַן אַ יערלעכן באַל אָפּצומערקן די באַפֿרײַונג. דער באַל װעט פֿאָרקומען אין אָװנט נאָך דער יזכּור־צערעמאָניע. דער באַל איז צוערשט אײַנגעאָרדנט געװאָרן, װען די בוכענװאַלד־„באָיס“ זײַנען אָנגעקומען אין אױסטראַליע נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה.
דער ייִדישער הילפֿס־פֿאָנד אין דער שטאַט װיקטאָריע, װאָס הײסט, „דזשויִש קעיר“ אױף ענגליש, האָט געעפֿנט אַ שפּאָגל נײַעם אָפּרו־צענטער פֿאַר קינדער און פֿאַר דערװאַקסענע אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט קאָלפֿילד. דער צענטער קען הױזן ביז 5 קינדער מיט פֿיזישע אָדער גײַסטיקע מניעות אין אײן פֿליגל פֿונעם צענטער, און ביז 5 דערװאַקסענע מיט מניעות — אין אַ צװײטן פֿליגל. דער צענטער איז דער ערשטער פֿון זעקס נײַע אַנשטאַלטן, װאָס דער ייִדישער הילפֿס־פֿאָנד פּלאַנירט צו בױען במשך פֿון די קומענדיקע צען יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.