אַן אַנדער ייִדיש־אָרט אין מאַסאַטשוסעטס

Another Home for Yiddish in Massachusetts

יאָסל קורלאַנד (לינקס) מיט זײַן כּלי־זמרישער גרופּע
יאָסל קורלאַנד (לינקס) מיט זײַן כּלי־זמרישער גרופּע

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 29, 2016, issue of April 15, 2016.

אין דער שטאָט גרינפֿילד, שטאַט מאַסאַטשוסעטס, ווערן איצט ווײַטער דורכגעפֿירט די יערלעכע ייִדיש־לימודים מיטן נאָמען „וואָס ייִדיש דערציילט אונדז וועגן זײַן אַ ייִד?‟. די לעצטע לימודים אין דער הײַיאָריקער פֿרילינג־סעריע, וועלכע האָבן זיך אָנגעהויבן אין מאַרץ, וועלן פֿאָרקומען אין אַפּריל און מײַ. דער קלאַס פֿאַרזאַמלט זיך זונטיק אינדערפֿרי אין דער ביבליאָטעק פֿון דער רעפֿאָרמער שיל „טעמפּל ישׂראל‟.

דער לערער, יאָסל קורלאַנד, האָט די תּלמידים באַקענט מיט נײַע ייִדישע זינגלידער דיכטונג־ווערק און דערציילונגען, אַרײַנגערעכנט פּרץ הירשביינס „אַ מעשׂהלע‟, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן אַן אָרעם פּאָרפֿאָלק, וואָס האָט באַקומען טײַערע מתּנות פֿון אליהו־הנבֿיא און שפּעטער זיי פֿאַרלוירן צוליב קאַרגשאַפֿט. קורלאַנדס לימודים פֿאָקוסירן זיך אויף די פֿאַרבינדונגען צווישן דער ייִדישער שפּראַך, רוחניות, קולטור און פֿילאָסאָפֿיע. אַפֿילו די, וואָס פֿאַרשטייען נישט קיין ייִדיש, קאָנען באַקומען באַלערנדיקע ידיעות. די, וואָס קענען די שפּראַך גאַנץ גוט, קאָנען זיך אויך באַקענען מיט נײַע אַספּעקטן פֿון דער גרויסער ייִדישער ליטעראַטור.

יאָסל קורלאַנד שרײַבט לידער אויף ייִדיש, זינגט, און שפּילט אויף אַ פֿידל אין זײַן „גאַנץ־הורטיקער כּלי־זמרישער גרופּע‟ (Wholesale Klezmer Band), געגרינדעט אין 1982. צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, חיה (פּעגי) דייוויס, פֿירט ער אָן מיט דער וועבזײַט „גן־עדן‟ (Ganeydn.com). דייוויס זינגט אויך אין דער גרופּע און שפּילט אויף אַ פֿלייט.

כּדי צו העלפֿן די תּלמידים אויסצולערנען די עבֿרי, האָט קורלאַנד נישט לאַנג צוריק געשאַפֿן אַ ספּעציעלן אינטעראַקטיוון קאָמפּיוטער־דאָקומענט מיט די ייִדישע אותיות. דער לערער גלייבט, אַז אין דער סטרוקטור און אינעם וואָקאַבולאַר פֿון דער ייִדישער שפּראַך שטעקט אַן אוניקאַלער אוצר פֿון ייִדישקייט, וואָס לאָזט זיך נישט איבערגעזעצט צו ווערן.

צוזאַמען מיט זײַן ווײַב, פֿירט קורלאַנד אויך לימודים פֿון חזנות און טרעט אויף מיט ייִדיש־קאָנצערטן אַליין אָדער מיט זײַן גרופּע, וועלכע האָט מיט עטלעכע חדשים צוריק פֿאַרלוירן איר באַגאַבאַטן קלאַרנעטיסט, דוד טאַסגאַל, וועלכער איז אומגעקומען אין אַ טראַגישן אומגליק־פֿאַל. אַחוץ דעם קלאַרנעט, האָט ער געשאַפֿן אייגענע מוזיק־ווערק און האָט געקענט שפּילן אויף אַ טוץ פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע אינסטרומענטן.

גרינפֿילד געפֿינט זיך נישט ווײַט, 20 מײַל, פֿון דער „ייִדישער ביכער־צענטראַלע‟ אין אַמהערסט. קורלאַנד באַטראַכט אָבער זײַן היים אינעם קליינעם שטעטל קאָלריין, וואָס געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון גרינפֿילד, ווי אַן אייגענעם ייִדיש־צענטער און אַ „גן־עדן‟ פֿאַר זיך. ווען די צענטראַלע איז געגרינדעט געוואָרן אין 1980 דורך אַהרן לאַנסקי, האָט קורלאַנד שוין געפֿירט אַן אַקטיווע ייִדיש־טעטיקייט אין מאַסאַטשוסעטס.