ידיעות פֿון וואַרשע

News from Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published March 29, 2016, issue of April 15, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

דער מאַרקאָוואַ־מוזיי

דער פּוילישער פּרעזידענט אַנדזשיי דודאַ רעדט בײַ דער דערעפֿענונגס־צערעמאָניע פֿונעם מוזיי אין נאָמען פֿון דער משפּחה אולמאַ, געווידמעט די פּאָליאַקן, וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה
Getty Images
דער פּוילישער פּרעזידענט אַנדזשיי דודאַ רעדט בײַ דער דערעפֿענונגס־צערעמאָניע פֿונעם מוזיי אין נאָמען פֿון דער משפּחה אולמאַ, געווידמעט די פּאָליאַקן, וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה

אַן ערך דרײַ טויזנט מענטשן האָבן שוין באַזוכט דעם „מאַרקאָוואַ־מוזיי‟, געווידמעט די פּאָליאַקן, וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. מאַרקאָוואַ איז אַ קליין שטעטל אין דרום-מיזרח פּוילן.

„מיר זעען, אַז אַלץ מער און מער מענטשן זענען פֿאַראינטערעסירט אין אונדזער מוזיי. מיר האָבן שוין געהאַט גרופּעס פֿון ישׂראל. מיר דערוואַרטן אַ גרופּע פֿון צוויי הונדערט ישׂראלדיקע יוגנטלעכע אין די קומענדיקע טעג‟ — זאָגט מאַטעוש שפּיטנאַ, דער דירעקטאָר פֿונעם נײַעם מוזיי.

דער מוזיי איז דערעפֿנט געוואָרן דעם 17טן מאַרץ הײַיאָר. דער מוזיי געפֿינט זיך אינעם שטעטל מאַרקאָוואַ, ווײַל דאָרטן איז דורך די דײַטשן דערשאָסן געוואָרן די פּוילישע משפּחה אולמאַ, ווײַל זי האָט באַהאַלטן ייִדן.

דער פּוילישער פּרעזידענט, אַנדזשיי דודאַ, האָט געזאָגט בשעת דער דערעפֿענונג־צערעמאָניע: „מיר פּאָליאַקן קענען זײַן שטאָלץ, וואָס עס זענען געווען צווישן אונדז מענטשן, וואָס האָבן נישט מורא געהאַט און געהאָלפֿן אַנדערע. אַ טייל פֿון זיי האָבן באַצאָלט פֿאַר דעם מיט זייער לעבן. דאָס זענען געווען אמתע העלדן‟. דער פּוילישער פּרעזידענט האָט באַטאָנט, אַז דער מוזיי דאַרף דינען ווי אַ וואָרענונג קעגן אַכזריות און שׂינאה.

דעם 24סטן מאַרץ 1944 האָבן די דײַטשן דערשאָסן יוזעף אולמאַ און זײַן טראָגעדיקע פֿרוי פֿאַר באַהאַלטן בײַ זיך אין שטוב צוויי ייִדישע משפּחות — די משפּחה שאַלס און די משפּחה גאָלדמאַן.

די זעקס קליינע קינדער פֿון דער אולמאַ־משפּחה האָבן געשריִען און געוויינט, זעענדיק די בלוטיקע קערפּערס פֿון זייערע טויטע טאַטע־מאַמע. דער פּאָליציסט יוזעף קאָקאָט, אַ סודעטער דײַטש, האָט געפֿרעגט זײַן קאָמאַנדאַנט, וואָס ער זאָל טאָן מיט די וויינענדיקע קינדער. נאָך דער באַראַטונג מיט זײַן אָפֿיציר האָט ער דערשאָסן אַלע זעקס קינדער, איין קינד נאָך אַ צווייטן.

היסטאָריקער שעצן, אַז אַן ערך 1,600 פּאָליאַקן האָבן באַהאַלטן בײַ זיך כּמעט 3,000 ייִדן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. 200 פֿון זיי האָבן באַצאָלט מיטן לעבן פֿאַר זייער העלדישע טאַטן.

אַ פֿילם וועגן אַ משפּחה פֿון ייִדן־רעטערס

ווער האָט געמסרט די משפּחה אולמאַ? אַ פֿילם וואָס ווערט געמאַכט ממש די טעג, פֿאַרנעמט זיך מיט דער דאָזיקער פֿראַגע. דער פֿילם איז טיילווײַז דראַמאַטיש, טיילווײַז דאָקומענטאַל.

אינעם דאָקומענטאַלן טייל וועט אונדז דער פֿילם באַקענען מיט די תּושבֿים פֿון מאַרקאָוואַ, צווישן זיי — די פּלימעניצע פֿון יוזעף אולמאַ.

דער דראַמאַטישער טייל פֿונעם פֿילם באַשרײַבט די נאַכט, ווען די דײַטשע פּאָליציי האָט געכאַפּט די ייִדן אינעם אולמאַ־הויז און די דערשיסונג פֿון דער אולמאַ־משפּחה.

אַז מען לעבט אין פּוילן, קען מען נישט טראַכטן וועגן די פּוילישע חבֿרים און באַקאַנטע אָן דער פּערספּעקטיוו פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. וואָס מיינט דאָס? דאָס מיינט, אַז מען שטעלט זיך היפּאָטעטישע פֿראַגעס לגבי זיי: ווער פֿון זיי וואָלט געראַטעוועט אונדזערע קינדער אין אַזאַ סיטואַציע ווי בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, און ווער וואָלט אונדז געמסרט?

אין אַ געוויסער מאָס פֿאַרנעמט זיך דער פֿילם וועגן דער העלדישער אולמאַ משפּחה מיט ענלעכע פֿראַגעס: ס׳איז אַ פּרוּוו צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס איז איינער אַ העלד, בשעת דער צווייטער — איז אַ שמאַלצאָווניק און פֿאַררעטער.

אַ פֿילם־פּרעמיערע אין וואַרשע

גוסטאַוו פֿלאָבער פֿלעגט זאָגן: Madame Bovary – c’est moi דהײַנו, מאַדאָם באָוואַרי — דאָס בין איך.

דער גרעסטער לעבעדיקער ישׂראלדיקער שרײַבער, עמוס עוז, האָט אויך אָנגעשריבן צוויי גרויסע ראָמאַנען, וווּ די הויפּט־העלדין איז אַ לײַדנדיקע פֿרוי — זײַן מאַמע; „מײַן מיכאל‟ (מיכאל שלי) און „אַ מעשׂה פֿון ליבע און טויט‟ (סיפּור על אהבֿה וחושך).

עמוס עוזס מאַמע איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד, ווען ער איז געווען צוועלף יאָר אַלט. ס׳איז דאָ אַ סבֿרה, אַז זי איז די עצם־סיבה, וואָס ער האָט אָנגעהויבן שרײַבן.

נאַטאַלי פּאָרטמאַן האָט רעזשיסירט די פֿילם־ווערסיע פֿונעם ראָמאַן, וואָס קומט צו אונדז קיין פּוילן דעם ערשטן אַפּריל. פּאָרטמאַן שפּילט אויך די הויפּט־ראָלע אינעם פֿילם — די מאַמע. עוזס טאַטע־מאַמע זענען געקומען קיין ארץ־ישׂראל פֿון פּוילן, און די מאַמע האָט שטענדיק געבענקט אַהיים.

נאַטאַלי פּאָרטמאַן האָט אויך פּוילישע וואָרצלען. איר משפּחה שטאַמט פֿון זשעשוווּ, דהײַנו, דאָס ייִדישע שטעטל ריישאַ. סלאַוואָמיר אידזיאַק, דער קאַמעראַמאַן, איז אויך אַ פּוילישער. ער ווערט באַטראַכט ווי איינער פֿון די בעסטע אין זײַן פֿאַך אויף דער וועלט.