וואָס זאָל זײַן דער צוגאַנג פֿון ייִדן, און פֿון דער ייִדישער קהילה אין באַלטימאָר בפֿרט, צום ענין פּאָליציייִשער גוואַלד אויפֿן חשבון פֿון די אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער?
מיט דעם אָנגעווייטיקטן ענין האָט זיך אָפּגעגעבן אַן אַסיפֿה דעם 8טן מאַרץ, 2016, אין דער שיל „חיזוק אמונה‟ אין פּײַקסוויל, מערילענד, צונויפֿגערופֿן פֿון דער נישט־פֿאַר־פּראָפֿיטן־אָרגאַניזאַציע „ייִדן פֿאַראייניקט לטובֿת דעם יושר‟ (JUFJ), וואָס אָרגאַניזיט לטובֿת דער סאָציאַלער גערעכטיקייט אין באַלטימאָר און וואַשינגטאָן. באַטייליקט זיך האָבן העכער 70 מענטשן, יונגע און אַלטע, שוואַרצע און ווײַסע, ייִדן און נישט־ייִדן, כאָטש ס׳רובֿ זענען טאַקע געווען ייִדן פֿון אַ ברייטער גאַמע שילן (רעקאָנסטרוקציִאָניסטישע און אָרטאָדאָקסישע בתוכם), שולן און סתּם יחידים.
געשמועסט האָט מען וועגן אונדזער ספּעציפֿישן היסטאָרישן מאָמענט און די טרויעריק באַרימטע פּאָליציייִשע גוואַלד־מעשׂים קעגן אומשולדיקע אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער, וואָס זײַנען לעצטנס ברייט באַוווּסט אַ דאַנק די פֿאָטאָ־אַפּאַראַטן אויף די מאָבילקעס, און דער סאָציאַלער מעדיע. צום טייל, איז צוליב יענע אומגליקן געגרינדעט געוואָרן די באַוועגונג Black Lives Matter [שוואַרצע לעבנס זײַנען אויך וויכטיק].
שוין 42 יאָר ווי די פּאָליציאַנטן און אַנדערע יורידישע כּוחות אין מערילענד — אַ סך מער ווי אין אַנדערע שטאַטן — געניסן פֿון אַ ספּעיציעלן „ביל פֿון רעכט‟ וואָס באַשירעמט און באַשיצט זיי קעגן טענות פֿון בירגערס. אַרײַנגערעכנט אין דעם געזעץ איז אַ כּלל, אַז אַ פּאָליציאַנט מעג דיסציפּלינירט ווערן פֿון זײַן קאָמאַנדיר בלויז נאָך דעם ווי זײַן ענין ווערט אויסגעפֿאָרשט דורך אַ פּאַנעל פֿון דרײַ קאָלעגעס, וואָס זײַנען אַוודאי נוטה צו פֿאַרטיידיקן זייער מיטאַרבעטער.
אין זעלבן געזעץ שטייט געשריבן, אַז די אויספֿאָרשערס וואָס ווילן פֿאַרהערן אַ פּאָליציאַנט וועגן אַ מעגלעכן אומפּאַסיקן אויפֿפֿיר, מוזן צו ערשט געבן צו וויסן דעם אָפֿיציר - און דערנאָך וואַרטן 10 טעג. ערשט דערנאָך מעג מען דורכפֿירן דעם אינטערוויו. אַזאַ פֿאָדערונג האָט נישט קיין גלײַכן פֿאַר אַנדערע שטאַט־פּראָפֿעסיאַנאַלן, און גיט דעם פֿאַרדעכטיקטן אַן אייגנאַרטיקע געלעגנהייט זיך אַרויסצודרייען פֿון די באַשולדיקונגען קעגן אים.
אַ ראַבינער פֿון אַ רעקאָנסטורקציאָניסטישער שול אין באַלטימאָר האָט אָנגעהויבן די דיסוקסיע, דערקלערנדיק די וויכטיקייט דורכצופֿירן אַן אינערלעכע, גײַסטיקע „אויספֿאָרשונג‟ (פּרוּוון זײַן מער אָפֿן, טאָלעראַנט און עפֿעקטיוו) איידער מע פֿאָדערט ענדערונגען פֿון דער אַרומיקער געזעלשאַפֿט. דערנאָך איז אויפֿגעטראָטן אַ פּאַנעל עקספּערטן און בירגערס וואָס האָבן דערקלערט דעם עיקר פֿון דער פּראָגראַם. גאַרלאַנד ניקסאָן, אַן אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער און אַ געוועזענער פּאָליציאַנט פֿון שטאַט מערילענד, האָט גערעדט וועגן דעם ראַסיסטישן צוגאַנג, וואָס ווערט איבערגעפֿירט „דורך דער מאַמעס מילך‟, אַפֿילו אין די שוואַרצע משפּחות, און ווי נאָענט מ׳איז צו דער געשיכטע פֿון שקלאַפֿערײַ: זײַן מאַמעס קינדהיטערין, אַן אַלטע באָבע, האָט נאָך געטראָגן שראַמען אויפֿן רוקן פֿונעם שקלאַפֿן־מײַסטערס קאַנטשיק.
דייוויד ראָקאַ, אַן אַדוואָקאַט פֿון מערילענדער ACLU (אַמעריקאַנער ציוויל־רעכט־פֿאַרבאַנד) האָט אויסגערעכנט, ווי אַזוי די פּאָליציי און אַנדערע געזעץ־באַאַמטע אין מערילענד ווערן באַשיצט נאָך מער ווי אין אַלע אַנדערע שטאַטן, צוליב יענעם „ביל פֿון רעכט‟. דערצו, צוליב אַנדערע געזעצן דורכגעפֿירט צו באַשיצן די פּאָליציי, מעג מען באַטראַכטן די תּבֿיעות קעגן דער פּאָליציי בלויז במשך פֿון אַ געוויסן צײַטאָפּשניט. אַזעלכע פֿאָדערונגען באַגרענעצן אויף אַ היפּשן מאָס אויף וויפֿל די פּשוטע בירגער קאָנען אַרײַנטראָגן טענות קעגן דער פּאָליציי — אַ זאַך, וואָס האָט נישט קיין גלײַכן בײַ אַנדערע עפֿנטלעכע באַאַמטע.
לאַורענס גראַנד־פּרע, אַן אַקטיוויסט אין באַלטימאָר לטובֿת דעם אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער ייִשובֿ, האָט באַטאָנט די נייטיקייט פֿון לעגיסלאַטיוון שתּדלנות. ס׳איז גרינג צו שטײן אין דרױסן און רעדן װעגן קאָמפּראָמיסן, נאָר אַז מע געפֿינט זיך אין אַ גרופּע װאָס װערט כּסדר באַעװלט פֿון דער פּאָליצײ, פֿאַרשטײט מען דעם פּרײַז פֿון באַפֿרידיקן זיך מיט האַלבע מיטלען און מעסיקע צװעקן.
ס׳האָט אויך געהאַלטן אַ װאָרט דער שרײַבער פֿון די שורות. כאָטש כ׳האָב זיך עפּעס נישט געפֿילט אױפֿן אָרט לעבן דעם מומחה־אַדװאָקאַט און די אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער רעפּרעזענטאַטן, איז דאָס פֿאָרט געװען אַ ייִדישע פֿאַרזאַמלונג, האָב איך „געדרשנט‟ פֿאַרן עולם. כ׳האָב דערציילט װי די באַלטימאָרער פּאָליצײ האָט מיך אומזיסט, גלאַט אין דער װעלט אַרײַן, פֿאַרקײטלט אין מיטן העלן טאָג. װעגן דעם האָב איך שױן געשריבן באַזונדערס אין פֿאָרװערטס. צוגעגעבן האָב איך אַ תּורה־װערטל, װעגן דעם, אַז לויטן דין זענען מיר מתחייבֿ צו העלפֿן מתקן זײַן אַ צעבראָכענע סיסטעם. על־פּי הלכה, װי באַװוּסט, דאַרף מען פֿאָלגן די רעגירונג־געזעצן — „דינא דמלכותא דינא.“ זאָגט אָבער דער רמב״ם, אַז װען די גבאים נעמען צו יענעמס פֿאַרמעגן אױף אַן אומיושרדיקן אופֿן, איז דאָס שױן גזילה, און מ׳איז מחיובֿ דאָס אומצוקערן. גװאַלד־טאַטן מצד דער פּאָליצײ — האָב איך געטענהט — זײַנען אַזאַ מין גזילה, װאָס די ייִדישע קהילה מוז העלפֿן פֿאַרריכטן.
צום סוף, נאָך די אַלע רײד, האָט מען זיך גענומען צו די מעשׂים. אין דער מערילענדער לעגיסלאַטור, בשעת די װערטער װערן געשריבן, באַטראַכט מען איצט אַ געזעץ־פּראָיעקט װאָס װאָלט צוגעגעבן אַ סתּם בירגער צום פּאַנעל, װאָס מוז גוטהײסן די אינערלעכע דיסציפּלין פֿאַר די פּאָליציאַנטן באַשולדיקט אין אַן אומפּאַסיקן אויפֿפֿיר. אַנדערע דעטאַלן פֿון די הערשנדיקע געזעצן, װאָס זײַנען שײך בירגער־טענות קעגן דער פּאָליצײ, װאָלט מען אױך געביטן. האָט מען אויף דער פֿאַרזאַמלונג אונטערגעשריבן און אַדרעסירט העכער 100 פּאָסטקאַרטלעך צו פֿאַרשײדענע מיטגלידער פֿון מערילענער „אַסעמבלי“, און יעדער באַטײליקטער אױף דער אַסיפֿה האָט צוגעזאָגט אױף עפּעס אַן אופֿן װײַטער צו פֿירן דעם אַקטיװיזם אַרום דעם ענין.
דער וועג צו אַ ממשותדיקן פּאָליציי־רעפֿאָרם אין מערילענד איז אַ לאַנגער, און באַרג־אַרויף. נאָר פֿון דעם געפֿיל וואָס האָט געהערשט אין דעם זאַל, און דעם גײַסט וואָס האָט געשלאָגן פֿון עולם, בין איך געבליבן מיט אַ באַנײַטער האָפֿענונג וואָס איז נישט אַוועקצומאַכן מיט דער האַנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.