פּעטערבורג ווידער אַ צענטער פֿון ייִדיש־פֿאָרשונג

Saint Petersburg Again a Center of Yiddish Research


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published March 30, 2016, issue of April 15, 2016.

העכער הונדערט יאָר צוריק איז פּעטערבורג געװען די קולטורעלע הױפּטשטאָט פֿונעם רוסישן ייִדנטום. עד־היום בלײַבן אַזעלכע פּעריאָדישע אױסגאַבעס װי „װאָסכאָד‟, „יעװרײסקאַיאַ סטאַרינאַ‟ אױף רוסיש, „דאָס ייִדישע פֿאָלקסבלאַט‟ און „דער פֿרײַנד‟ אױף ייִדיש דער הױפּט־מקור פֿאַר היסטאָרישע פֿאָרשונגען װעגן דעם ייִדישן לעבן אין דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע. נאָך דער רעװאָלוציע האָט די סאָװעטישע מאַכט חרובֿ געמאַכט די ייִדישע קולטורעלע סבֿיבֿה. דער לעצטער קרבן פֿון סטאַלינס גזירות איז געװען דער ליטעראַטור־היסטאָריקער ישׂראל צינבערג. זינט די סוף 1930ער יאָרן זײַנען אינעם סאָװעטישן לענינגראַד פֿאַרבליבן בלױז אַ פּאָר פֿאָרשער פֿון אוראַלטע סעמיטישע שפּראַכן און היטער פֿון די װערטפֿולע העברעיִשע כּתבֿ־ידן און ביכער אין די ביבליאָטעקן.

דער אױפֿלעב פֿון דער ייִדישער קולטורעלער אַקטיװיטעט האָט זיך אָנגעהױבן אין די 1980ער יאָרן, און אין די פֿאַרגאַנגענע פּאָר צענדליק יאָר איז פּעטערבורג װידער געװאָרן אַ חשובֿער צענטער פֿון ייִדישער קולטור און פֿאָרשונג אין רוסלאַנד. װי עס פּאַסט פֿאַר אַזאַ סטאַטוס, פֿאַרמאָגט די שטאָט אַן אַקאַדעמישע פּעריאָדישע פּובליקאַציע, מיטן למדנישן לאַטײַנישן טיטל „יודאַיִקאַ פּעטראָפּאָליטאַנאַ‟. עד־היום זײַנען דערשינען פֿיר נומערן פֿונעם דאָזיקן זשורנאַל (זײ זײַנען צוטריטלעך אױף דער אינטערנעץ), און עס לאָזט זיך שױן אַרומרעדן זײַן פּראָפֿיל און קװאַליטעט. דער זשורנאַל האָט אַ ברײטן טעמאַטישן, כראָנאָלאָגישן און געאָגראַפֿישן דיאַפּאַזאָן, פֿון תּ״כישע און תּלמודישע שטודיעס ביז ייִדישער לינגװיסטיק. די רעדאַקציע באַמיט זיך צו גרופּירן אָט די כּל־מיני אַרטיקלען אין טעמאַטישע בלאָקן, און די טעמעס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און שפּראַך פֿאַרנעמען דערין אַ חשובֿ אָרט.

אינעם ערשטן נומער (2013) געפֿינט מען אַן אינטערעסאַנטן פֿאַרגלײַכיקן אַנאַליז פֿונעם ייִדישן אָריגינאַל און דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון יצחק באַשעװיסעס ראָמאַן „די געשיכטע פֿון אַ ליבע‟, װאָס הײסט אױף ענגליש, „שׂונאים‟. דער ראָמאַן איז לכתּחילה דערשינען מיט המשכים אין „פֿאָרװערטס‟ אין 1966 און איז אַרױס אין אַ געקירצטן ענגלישן נוסח אין 1972. װי עס דערמאָנט זיך עליזה שעװרין, די איבערזעצערין פֿונעם ראָמאַן, זײַנען אַלע קירצונגען געמאַכט געװאָרן דורך די רעדאַקטאָרן פֿונעם פֿאַרלאַג „פֿאַראַר, סטראַוס און זשיראָ‟, װאָס צו זיי האָבן געהערט די רעכט אױף באַשעװיסעס ענגלישע איבערזעצונגען. אױף ייִדיש איז דער דאָזיקער ראָמאַן קײן מאָל ניט אַרױס װי אַ בוך.

דער מאָסקװער פֿאַרלאַג „קניזשניקי” (סופֿרים) האָט באַשלאָסן אױסצונוצן טאַקע דעם ייִדישן און ניט דעם ענגלישן טעקסט פֿאַר אַ רוסישער איבערזעצונג. פֿון אָט דעם אױפֿטו שטאַמט די פֿאָרשונג פֿון װאַלענטינאַ פֿעדטשענקאָ, דער רוסישער איבערזעצערין פֿון באַשעװיסעס ראָמאַן, װאָס לערנט ייִדיש אינעם פּעטערבורגער אוניװערסיטעט. דער װיכטיקסטער שינוי צװישן דעם ייִדישן און ענגלישן נוסח איז מסתּמא דער סוף פֿונעם ראָמאַן. די ענגלישע רעדאַקטאָרן האָבן באַשלאָסן צו באַזײַטיקן פֿונעם בוך די פֿערטע געליבטע פֿונעם הױפּט־העלד הערמאַן בראָדער, װאָס פֿאַרמאָגט בולטע לעסביאַנישע שטריכן.

װי עס באַמערקט פֿעדטשענקאָ, קאָן מען זען, אַז אַפֿילו דער נאָמען פֿון אָט דער פֿרױ, נענסי איסבעל, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אַנאַגראַם פֿונעם װאָרט „לעסבי‟. פֿעדטשענקאָ טײַטשט די דאָזיקע געשטאַלט אויס װי הערמאַנס „מלאך המװת‟, און פֿאַרקניפּט זי מיט קבליסטישע אַספּעקטן פֿונעם ראָמאַן, װאָס זײַנען שטאַרק פֿאַרטושירט אינעם ענגלישן נוסח. פֿאַרשװוּנדן זײַנען אױך אַ היפּשע צאָל ספּעציפֿישע פּרטים, ייִדישע מינהגים און װיצן, װאָס זײַנען געװען פֿרעמד דעם ברײטערן אַמעריקאַנער עולם. פֿעדטשענקאָ קומט צום אױספֿיר, אַז די ענגלישע רעדאַקציע האָט דורכגעלאָזט דעם ייִדישן מקור דורך אַ „פֿילטער‟ פֿון פּאָליטישער קאָרעקטקײט.

אינעם לעצטן, פֿערטן, נומער פֿון „יודאַיִקאַ פּעטראָפּאָליטאַנאַ‟, זײַנען פֿאַראַן צװײ אָריגינעלע מאַטעריאַלן װעגן ייִדישער ליטעראַטור. פּראָפֿעסאָר דובֿ־בער קאָטלערמאַן לײגט פֿאָר אַ רעקאָנסטרוקציע פֿון שלום־עליכמס אינטערעס צו קינאָ. נאָך אײדער שלום־עליכם איז געקומען קײן אַמעריקע סוף 1914, האָט ער פֿאַרפֿאַסט אױף רוסיש אַ סצענאַר פֿאַר אַ פֿילם װעגן מאָטל פּײסי דעם חזנס. זײַן כּװנה איז געװען צו שאַפֿן אַ סעריע פֿון קורצע פֿילם־עפּיזאָדן לױטן שטײגער פֿונעם פֿראַנצױזישן פֿילם װעגן אַ ייִנגל װילי, װאָס שלום־עליכם האָט, אַ פּנים, געזען אין דער שװײץ אין 1913. אין ניו־יאָרק האָט ער געזוכט פּראַקטישע מעגלעכקײטן אױסצופֿירן זײַן פּראָיעקט, אָבער ניט באַװיזן: ער איז געשטאָרבן אין 1916. עס איז אָבער מעגלעך, האַלט קאָטלערמאַן, אַז שלום־עליכמס סצענאַר איז אויסגענוצט געװאָרן אינעם סאָװעטישן פֿילם „לאַכן דורך טרערן‟ (1928).

אַלינאַ פּאָלאָנסקאַיאַ פֿאָרשט אױס די גילגולים פֿונעם מאָטיװ פֿון דער „ייִדישער יפֿת־תּואר‟, װאָס איז געװען פּאָפּולער אין פֿאַרשידענע אײראָפּעיִשע ליטעראַטורן זינט דעם מיטל־עלטער ביז די מאָדערנע צײַטן. אינעם 19טן יאָרהונדערט איז דער דאָזיקער מאָטיװ איבערגענומען געװאָרן אין דער ייִדישער מאַסן־ליטעראַטור, װאָס האָט „פֿאַרטײַטשט און פֿאַרבעסערט‟ די פּאָפּולערע אײראָפּעיִשע ראָמאַנען.

די דאָזיקע האַרץ־רײַסנדיקע ליבע־געשיכטע װעגן אַ שײנער ייִדישער מױד און איר געליבטן, אַ קריסטלעכער קעניג, האָט כּסדר געהאַט אַ טראַגישן און בלוטיקן סוף. צװישן די ייִדישע מחברים פֿון אַזאַ מין ראָמענען זײַנען געװען באַקאַנטע משׂכּילים, אַזעלכע װי אײַזיק־מאיר דיק און יוסף־יהודה לערנער. גאַנץ פּאָפּולער זײַנען אױך געװען דראַמאַטישע אינסצענירונגען פֿונעם דאָזיקן סיפּור־המעשׂה. די הײַנטיקע פֿאָרשער, פֿאַרסך־הכּלט פּאָלאָנסקאַיאַ, האַלטן די דאָזיקע װערק פֿאַר „שונד‟, אָבער דװקא אַזאַ מין לעקטור האָט אױסגעפֿורעמט דעם געשמאַק פֿונעם ייִדישן מאַסן־לײענער.