אַ מלחמה, װי באַװוּסט, איז אַ גרױסע צרה. און אַפֿילו די דורות, װעלכע װעלן געבױרן װערן און װאַקסן נאָך דער מלחמה, װעלן אין משך פֿון לאַנגע יאָרן פֿילן אױף זיך די ברוטאַלע השפּעה פֿון כּלערלײ גײַסטיקע טראַװמעס און אומגערעכטיקײט. אונדזער דור, דער ערשטער נאָכמלחמהדיקער דור פֿון די אַזױ גערופֿענע „סאָװעטישע ייִדן‟, איז, צום באַדױערן, ניט קײן אױסנאַם, נאָר אַ בולטער בײַשפּיל פֿון אַ שרעקלעכן טאָג־טעגלעכן קאַמף פֿאַר געפֿינען אַ בכּבֿודיק אָרט צװישן די ציװיליזירטע פֿעלקער.
בעתן קאַמף, װי עס פֿירט זיך, הײלט מען װוּנדן און מע גײט װײַטער. מע שטעלט זיך אָפּ אױף אַ מינוט, כּדי צו מאַכן אַ סך־הכּל און מע דערזעט אַ שרעקלעך בילד: מיר, דאָס אַשכּנזישע ייִדנטום, האָבן פֿאַרלױרן און אָנגעװוירן דאָס װיכטיקסטע, װאָס ס׳האָבן פֿאַרמאָגט אונדזערע זײדעס־באָבעס — דעם פֿעסטן נאַציאָנאַלן באָדן, די אײגענע שפּראַך, די יסודות פֿון דער נאַציאָנאַלער קולטור־אַנטװיקלונג אױף דורות װײַט (אױב ניט אױף אײביק); און װי אַ רעזולטאַט האָבן מיר באַקומען אַ דעמאָקראַטישן צװאַנג־פֿאָרשלאָג — אױסצוקלײַבן פֿאַר זיך אַן אַנדערע שפּראַך, אַנדערע װיגלידער און אַנדערע העלדן.
די חכמהלאָגן פֿון כּל־מיני „פּראָגרעסיװע טעאָריעס‟ — פֿון אַסימילאַציע, פֿון דער פּראָלעטאַרישער רעװאָלוציע, און אַפֿילו פֿון די דעמאָקראַטיע־װערטן, האָבן פֿאַרשװאַרצט דאָס שװאַרצע און אױסגעמעקט דאָס װײַסע אין אונדזער לאַנגער געשיכטע פֿון פֿאַרלירן זיך אַלײן. מע קען נישט און מע טאָר נישט האָבן טענות צו יענע, װאָס האָבן מורא געהאַט פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון זײערע קינדער און אײניקלעך, אָבער צו זיך אַלײן קען מען און מע דאַרף האָבן טענות — מיט װאָס איז ייִדיש ערגער פֿון ענגליש? מיט װאָס זײַנען „ראָזשינקעס‟ ביטערער פֿון „העפּי בוירסדײ‟, אאַז”װ… קײן עין־הרע, פֿראַגעס אָן אַ שיעור…
אין דער צײַט פֿון אונדזער קינדהײט, אַזױ דערמאָן איך זיך, האָט אונדז, די ייִדישע קינדער, זײער געסטײַעט אַ העלדישער ייִדישער מוסטער, אַ לעבעדיקער מענטש מיט אַ רויִקן בליק, מיט אײַזערנע נערװן און אַ באַזונדערן נאַציאָנאַלן פֿיזישן און גײַסטלעכן אײבער־כּוח, װײַל די שקצים פֿלעגן אונדז רײצן מיט כּלערלײ ניט־אָנגענעמע צונעמען און פֿאַרגלײַכונגען, אַז אַלע ייִדן זײַנען פּחדנים, גנבֿים, הענדלער, ייִדן האָבן „געקעמפֿט‟ אין טאַשקענט…
אַז מיר פֿלעגן זײ װײַזן (דורכן פֿענצטער) די אָרדנס און מעדאַלן פֿון אונדזערע טאַטעס, פֿלעגן יענע ענטפֿערן, אַז די אָרדנס און מעדאַלן זײַנען געקױפֿט געװאָרן אױפֿן מאַרק אין טאַשקענט. די אײנציקע זאַך, װאָס האָט יאָ געקענט העלפֿן די ייִדישע קינדער, זײַנען געװען די אַרטיקלען אין די צענטראַלע צײַטונגען. און אַזעלכע אַרטיקלען זײַנען יאָ געװען, אָבער אָן אָנװײַזן די נאַציאָנאַליטעט אָדער דעם אמתן נאָמען פֿונעם העלד, װײַל גײ װײס, אַז יורי אַנטאָנאָװיטש קאָלעסניקאָװ איז אין דער אמתן יונה בן־טובֿיה גאָלדשטײן; אַז מאַקס־אָטאָ פֿאָן שטירליץ איז ניט אַנדערש װי יאַנקל בן־פּנחס טשערניאַק. די קרומע סאָװעטישע פּראָפּאַגאַנדע האָט געצװוּנגען פֿון אונדזערע עלטערן צו פֿאַרשװײַגן דעם אמת װעגן אונדזער פֿאָלק, און האָט געצװוּנגען פֿון אונדז, קלײנע קינדער, אָנשטרענגען אונדזער פֿאַנטאַזיע און דערגאַנצן דעם פֿאַרשװיגענעם אמת מיט אױסגעטראַכטע העלדן.
פֿון צײַט צו צײַט קוק איך אַרײַן אין דער װײַטער קינדהײט און יוגנט, און פֿאַרגלײַך מײַנע דעמאָלטיקע געפֿילן מיט די הײַנטיקע בילדער פֿון יענעם שטח, װוּ ס׳איז אַ מאָל געװען מײַן הױז און װעלכע איז נישט געװאָרן מײַן הײמלאַנד. איך האָב אַן אײַנדרוק, אַז דאָרטן האָט זיך גאָרניט געביטן — די זעלבע מלוכה־גרױסקײט, דער זעלבער היפּערטראָפֿירטער פּאַטריאָטיזם, די זעלבע נטיה צו לעבן לױטן לאָזונג, װאָס ערגער איז אַלץ בעסער. נאָר װאָס?… דער פּאָזיטיװער כאַראַקטער־שטריך אױסצולאַכן און מאַכן אַ חוזק פֿון אַלץ און פֿון אַלעמען, איז ניט נאָר ניט נעלם געװאָרן, נאָר איז געװאָרן נאָך שאַרפֿער און מער בײַסעװדיק.
עס איז גענוג אַרײַנצוקוקן אין די פּאָפּולערע אינטערנעץ־זײַטלעך און איר װערט פֿאַרחידושט מיט דער ממש גװאַלדיקער צאָל „פֿרישע‟ פֿאָלקלאָריזירטע אַנעקדאָטן, און אײנער פֿון זײ דערקלערט, אַז אײנע פֿון די הױפּט־סיבות פֿון אַזאַ גרױסער פּאָפּולערקײט פֿונעם רוסישן פּרעזידענט װלאַדימיר פּוטין איז טאַקע אַ רעזולטאַט פֿון גרױסער ליבע פֿון די רוסלענדישע בירגער צו די אַנעקדאָטן װעגן דעם קונדס־בחורל „װאָװאָטשקע‟ (אַ דימינוטיװ פֿון װלאַדימיר), און װעגן דעם רוסישן אױסשפּירער שטירליץ (אַ קאָנאָטאַציע אױף פּוטינס פֿריִערדיקן פֿאַך).
מילא, אין יעדן אַנעקדאָט, װי איר װײסט, שטעקט אַ צװײַגל אמת. און איך האָב זיך באַלד דערמאָנט אין יענעם טעלעװיזיע־פֿילם „17 רגעס פֿון פֿרילינג‟, אין סאַמע אָנהײב פֿון די 70ער יאָרן, און איך דאַרף אײַך זאָגן, אַז אין גאַנצן ראַטן־פֿאַרבאַנד איז אין יענע יאָרן ניט געװען קײן מענטש, װעלכער װאָלט נישט געלײענט יוליאַן סיעמיאָנאָװס ראָמאַן, אָדער ניט געזען די 12 סעריעס פֿונעם פֿילם. מיליאָנען צושױער, שרײַבער און זשורנאַליסטן האָבן אָנגעהױבן זוכן אַן ענטפֿער אױף אַ פֿראַגע — װער זשע איז דער היסטאָרישער פּראָטאָטיפּ פֿון דעם לעגענדאַרן שטירליץ (מאַקסים איסאַיעװ, װסיעװאָלאָד װלאַדימיראָװ). די רשימה פֿון די פּראָטאָטיפּן איז געװען לאַנג און פֿאַלש.
הײַנט, װען די געהײמע אַרכיװ־מאַטעריאַלן קומען ביסלעכווײַז צו צו די פּשוטע מענטשן, װײסט מען שױן, אַז יענער אמתער לעגענדאַרער סאָװעטישער אױסשפּירער, האָט געװױנט אין יענער צײַט אין אַ פֿאַרטשוכעט דירהלע הינטער מאָסקװע און געאַרבעט װי אַן איבערזעצער פֿון זיבן שפּראַכן אין אַ „געהײמען מעדיאַ־צענטער‟. הײסן האָט ער געהײסן יאַן פּעטראָװיטש, ניט געהאַט קײן שום מיליטערישן ראַנג און אַפֿילו קײן לײַטישע פּענסיע ניט באַקומען, כאָטש לױט די מאַטעריאַלן, װעלכע זײַנען איבערגעגעבן געוואָרן דער עפֿענטלעכקײט, איז קלאָר, אַז אַ שפּיאָן פֿון אַזאַ ראַנג װערט געבױרן אײן מאָל אין טױזנט יאָר.
אמת, די קאָמפּעטענטע מענטשן פֿונעם רוסלענדישן מיליטערישן אױסשפּיר־אַמט האָבן אַנטפּלעקט אױף יאַן פּעטראָװיטשעס לװיה, אַז דװקא ער, יאַנקל בן־פּנחס טשערניאַק, איז געװען דער רעאַלער פּראָטאָטיפּ פֿון דעם סאָוועטישן אַגענט שטירליץ. מע דערצײלט אַפֿילו, אַז צען טעג פֿאַר זײַן פּטירה איז צו אים אין שפּיטאָל געקומען דער דעמאָלטיקער רוסלענדישער פּרעזידענט יעלצין אין צוגעטײלט אים, ניט יאַן פּעטראָװיטשן, נאָר יאַנקל פּינחסאָװיטש טשערניאַקן, דעם טיטל „העלד פֿון דער רוסלענדישער פֿעדעראַציע‟. ר’ יאַנקל האָט אים אָבער נישט געהערט, װײַל ער איז שוין געװען אין אַ קאָמע.
איך װײס ניט, װאָס װאָלט געװאָרן פֿון אונדז, װען מיר, די נאָכמלחמהדיקע ייִדישע קינדער, װאָס האָבן זיך געשפּילט אױף די שטױביקע טשערנאָװיצער גאַסן ניט װײַט פֿון דער „רעזידענץ‟, װען מיר װאָלטן געװוּסט, אַז איבער די זעלבע געסלעך איז מיט פֿופֿציק יאָר צוריק, אַרומגעלױפֿט אַ ייִדיש יאַטל, יאַנקעלע טשערניאַק, װעלכער האָט געראַטעװעט הונדערטער טױזנט נפֿשות. גײ װײס, אפֿשר דעמאָלט װאָלטן מיר אַרױסגעקראָכן פֿונעם שאָטן און ניט געדאַרפֿט זוכן קײן אױסגעטראַכטע פֿרעמדע העלדן, װײַל אונדזערע אײגענע זײַנען געװען ניט ערגער, פּשוט אױך זײ האָבן געמוזסט זיצן אין שאָטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.