אַפֿילו נישט אין סאַודיע

Not Even in Saudi Arabia

צוויי ספֿרדישע הויפּט־רבֿנים מיט היפּוכדיקע דעות לגבי די נישט־ייִדישע תּושבֿים פֿון ארץ־ישׂראל: יצחק יוסף (רעכטס) און בן־ציון מאיר חי עוזיאל (לינקס)
צוויי ספֿרדישע הויפּט־רבֿנים מיט היפּוכדיקע דעות לגבי די נישט־ייִדישע תּושבֿים פֿון ארץ־ישׂראל: יצחק יוסף (רעכטס) און בן־ציון מאיר חי עוזיאל (לינקס)

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 31, 2016, issue of April 15, 2016.

בעת זײַן לעצטער מוצאי־שבתדיקער דרשה, דעם 26סטן מאַרץ, האָט דער ישׂראלדיקער ספֿרדישער הויפּט־רבֿ, יצחק יוסף, געמאָלדן, אַז גויים טאָרן נישט וווינען אין ארץ־ישׂראל. דער איינציקער אויסנאַם זענען די, וואָס זענען פֿאָרמעל מקבל אויף זיך די זיבן מיצוות פֿון בני־נח, אַרײַנגערעכנט דעם פֿאַרבאָט זיך נישט צו נעמען דאָס לעבן. אויב זיי ווילן דאָס נישט אָננעמען, דאַרף מען זיי אַרויסוואַרפֿן קיין סאַודיע. דער הויפּט־רבֿ גיט צו, אַז ווען משיח וועט קומען, וועלן די גויים אַליין מקבל זײַן די מיצוות־בני־נח. דעמאָלט וועלן זיי מעגן וווינען אין ארץ־ישׂראל, כּדי צו באַדינען די ייִדן.

נאָך דער קאָנטראָווערסאַלער דרשה האָט זיך אָנגעהויבן אַ מהומה אין דער פּרעסע און אויף דער אינטערנעץ. די אַראַבער, רוסישע ייִדן, האָמאָסעקסואַלן, ליבעראַלע און לינק־געשטימטע קריטיקער מכּל־המינים, ווי אויך אַפֿילו מעסיקע רעכטע, האָבן זיך פֿון אַלע זײַטן אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף דעם רבֿ. ווי אַ קעגנער פֿון דער אינטערנעץ, גייט אים אָבער, מסתּמא, נישט אָן, וואָס מע מיינט וועגן זײַנע דרשות אויפֿן „פֿייסבוק‟.

געוויסע סעקסועלע באַציִונגען זענען דאָך אויך אין דער רשימה פֿון מיצוות־בני־נח. אַ סך רוסישע עולים האָבן וועלטלעכע אָדער קריסטלעכע נישט־ייִדישע מענער און ווײַבער, וואָס גלייבן נישט אין תּלמודישע טעאָריעס וועגן גויים. דער רבֿ דערמאָנט דעם זעלבסטמאָרד ווי אַן אַלגעמיינע עבֿירה, אָן קיין בפֿירושן שײַכות צו טעראָריזם. עס באַקומט זיך, אַז דעפּרעסירטע מענטשן, וואָס דאָס לעבן איז זיי, נעבעך, נימאס געוואָרן, דאַרפֿן מען אויך פֿאַרשיקן אינעם אַראַבישן מידבר.

ס׳איז, אַגבֿ, שווער צו פֿאַרשטיין, וואָס האָט סאַודיע צו טאָן מיטן זעלבסטמאָרד. די דאָרטיקע גײַסטיקע פֿירער פֿאַרווערן צו נעמען דאָס לעבן בכלל און אויף מערדערישע צוועקן בפֿרט. הגם דאָרטן איז אָנגענומען די שטרענגע סאַלאַפֿיטישע שיטה פֿון איסלאַם, פֿאַרגיסן די זעלבטסמערדערישע טעראָריסטן אַ סך בלוט אין סאַודיע און ווערן דאָרטן, בדרך־כּלל, באַטראַכט ווי סכּנותדיקע אויסוווּרפֿן. ס׳איז אָבער יאָ גרינג צו פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס אַ רבֿ, וואָס פֿאָדערט בײַ זײַנע תּלמידים אָפּצורײַסן די פֿאַרבינדונגען מיט דער וועלטלעכער וועלט, הייבט נישט אָן צו וויסן, וואָס ס׳טוט זיך אין אַנדערע לענדער.

אין מײַן פֿאָריקן אַרטיקל, האָב איך געטענהט, אַז די תּימן־שטאַמיקע ייִדן ווערן הײַנט קולטורעל אַסימילירט. דאָס זעלבע קומט פֿאָר, צום באַדויערן, מיט די אַנדערע מיזרחדיקע ייִדן, וואָס דערווײַטערן זיך אַלץ ווײַטער פֿון זייער אַמאָליקער קולטור. די ישיבֿה „חזון עובֿדיה‟ אין ראשון־לציון, מיט וועלכער יצחק יוסף פֿירט אָן, שיידט זיך נישט ממשותדיק אונטער פֿון די אַזוי־גערופֿענע אַשכּנזישע חרדישע ישיבֿות, וווּ ס׳איז פֿאַרשפּרייט שׂינאה לגבי דער דרויסנדיקער וועלט און עם־הארצות אין די וועלטלעכע ענינים. צו דער טראַדיציאָנעלער אַשכּנזישער קולטור האָבן אַזעלכע העברעיִש־ און ענגליש־רעדנדיקע חרדישע קרײַזן אויך ווייניק שײַכות. זײַענדיק דער זון פֿונעם איראַקיש־געבוירענעם באַרימטן פּוסק עובֿדיה יוסף, זעט דער הײַנטיקער ראָש־ישיבֿה אויס ווי אַ טיפּישער כּמו־ליטווישער רבֿ, הגם צומאָל טוט ער זיך אָן אין טראַדיציאָנעלע מיזרחדיקע מלבושים.

לאָמיר זיך אָבער אומקערן צו דער ווילדער דרשה. די קאָמפּליצירטע שיטות פֿונעם רבמ״ם און פֿונעם יוסף קאַרו (קאַראָ), דעם מחבר פֿונעם „שולחן־ערוך‟, קאָן מען אָפּטײַטשן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. מע זעט אָבער קלאָר, אַז זיי ביידע האָבן געגלייבט, אַז דווקא די מוסולמענער שיידן זיך ממשותדיק אונטער פֿון די אַמאָליקע תּנ״כישע געצנדינער, ווײַל זיי גלייבן אינעם אייבערשטן און זענען אין אַ סך אַספּעקטן נאָענט צו ייִדן.

ס׳איז אויך וויכטיק צו דערמאָנען, אַז אי דער רמב״ם, אי דער מחבר פֿונעם „שולחן־ערוך‟, האָט אַליין געוווינט צווישן די מוסולמענער. עס קאָן טאַקע זײַן, אַז זיי האָבן געהאַלטן, אַז מע טאָר נישט אַרײַנלאָזן גויים בכּיוון צו וווינען אין ארץ־ישׂראל. אינעם פּראַקטישן היסטאָרישן קאָנטעקסט האָט עס אָבער בלויז געמיינט, אַז אַ ייִד, וואָס וווינט דאָרטן, זאָל נישט פֿאַרקויפֿן זײַן הויז אָן אַן ערנסטער סיבה צו אַ נישט־ייִד.

וואָס שייך די פּערזענלעכע באַציִונגען צום נישט־ייִדישן אַרום, זענען כאַראַקטעריסטיש די ווערטער פֿונעם באַרימטן ספֿרדישן רבֿ און מקובל אליעזר אַזקרי (אַזקאַרי), וועלכער דערציילט אין זײַן „ספֿר חרדים‟, אַז רבי יוסף פֿון סאַראַגאָסע, אַ געוויסער שפּאַנישער ייִד, האָט זוכה געווען צו זען אליהו הנבֿיא, ווײַל ער האָט ליב געהאַט אַלע מענטשן און איז אַלעמאָל געלאָפֿן שלום צו מאַכן צווישן די צעקריגטע שכנים, ייִדישע צי נישט־ייִדישע. רבי יוסף האָט געוווינט אין צפֿת און די שכנים זײַנע זענען, אַוודאי, געווען אַראַבער.

דערצו, שטייט אין אַ צאָל מדרשים און קבלה־ספֿרים געשריבן, אַז ביז די משיחישע צײַטן איז די אַראַבער באַשערט צו בעלעבאַטעווען אינעם הייליקן לאַנד. אַזוי האָבן געגלייבט די תּושבֿים אינעם אַלטן ירושלימער ייִשובֿ, אַרײַנגערעכנט די ספֿרדים. די דאָזיקע דעה דריקט זיך נאָך אַלץ אויס אין אַזעלכע קרײַזן, ווי די נטורי־קרתּאקעס, וואָס זייערע דעות זענען ראַדיקאַל פֿאַרקערטע, אין פֿאַרגלײַך מיט דער אַזוי־גערופֿענער „קלאָרער‟ הלכה פֿונעם סקאַנדאַליעזן ספֿרדישן בעל־דרשן.

אַ סך באַקאַנטע רבנים זענען אינגאַנצן נישט מסכּים מיטן „אַנטי־גוייִשן‟ צוגאַנג און האַלטן, אַז בלויז די זיבן אוראַלטע פֿעלקער, וואָס האָבן אַמאָל באַזעצט ארץ־כּנען, האָבן נישט געטאָרט דאָרטן וווינען, כּל־זמן זיי דינען עבֿודה־זרה. צום בײַשפּיל, האַלטן אַזוי דער רשב״א און דער ראבֿ״ד, דער קלאַסישער קריטיקער פֿונעם רמב״ם. ביידע זענען געווען באַרימטע ספֿרדישע ראשונים. אַ גאַנצע ריי באַקאַנטע רבנים דערקלערט ווײַטער, אַז די קריסטן און בפֿרט די מוסולמענער האָבן דאָס פֿולע רעכט צו וווינען אין ארץ־ישׂראל. אויף דער דאָזיקער הלכה־שיטה איז באַגרינדעט דער באַקאַנטער הײַנטצײַטיקער מינהג צו פֿאַרקויפֿן דאָרטן די פֿעלדער אויפֿן שמיטה־יאָר צו די אַראַבער.

דער ערשטער ספֿרדישער רבֿ אין דער אומאָפּהענגיקער מדינת־ישׂראל איז געווען הרבֿ בן־ציון מאיר חי עוזיאל (1880—1953). אַזוי ווי זײַן אַשכּנזישער קאָלעגע אין דער זעלבער תּקופֿה, הרבֿ יצחק הלוי הערצאָג, איז ער געווען אַ געבילדעטער און פֿילאָסאָפֿיש־געשטימטער מענטש, וועלכער האָט זיך מיט סימפּאַטיע באַצויגן צו נישט ייִדישע רעליגיעס. עוזיאל און הערצאָג האָבן ביידע שטאַרק פֿאַרטיידיקט די בירגערלעכע רעכט פֿון נישט־ייִדן, און געפּסקנט, אַז זיי האָבן פּונקט די זעלבע רעכט אין ארץ־ישׂראל, ווי די ייִדישע תּושבֿים. אַזוי ווי אַ גאַנצער ריי פֿריִערדיקע רבנים, האָט עוזיאל באַטאָנט, אַז די מוסולמענער האָבן דעם סטאַטוס פֿון גרי־תּושבֿ — „כּשרע‟ נישט־ייִדן.

עוזיאלס באַקאַנטער תּלמיד, רבי חיים־דוד הלוי, וועלכער האָט געדינט ווי דער ספֿרדישער הויפּט־רבֿ אין תּל־אָבֿיבֿ און יפֿו, איז געגאַנגען נאָך ווײַטער און דערקלערט, אַז מע מוז באַטראַכטן פֿון ס׳נײַ אַלע הלכות וועגן באַציִונגען צווישן ייִדן און אַנדערע פֿעלקער, ווײַל זיי זענען פֿאָרמולירט געוואָרן אין דער תּקופֿה פֿון שרעקלעכע אַנטיסעמיטישע רדיפֿות. אין דער הײַנטצײַטיקער וועלט זענען זיי נישט אַקטועל. הלוי איז געבוירן געוואָרן אין ירושלים; זײַן משפּחה האָט געשטאַמט פֿון בורסע, טערקײַ.

זײַן קאָלעגע, רבי משה־אַבֿיגדור עמיאל, וועלכער האָט אין דער זעלבער תּקופֿה געדינט ווי דער אַשכּנזישער הויפּט־רבֿ אין תּל־אָבֿיבֿ, האָט געהאַט ענלעכע דעות. שטאַמענדיק פֿון רוסלאַנד, האָט ער צוגעגעבן צו די קלאַסישע תּורה-אַרגומענטן אַן עלעמענט פֿון לינקע פּאָליטישע דעות. אין דעם פֿאַל, זעען מיר ווידער צוויי געבילדעטע מענטשן, וואָס שטאַמען פֿון פֿאַרשיידענע עדות, אָבער דריקן אויס ענלעכע פּראָגרעסיווע און אינטעליגענטישע געדאַנקען.

צום באַדויערן, האָט דאָס פּנים פֿון דער פֿרומער ייִדישקייט זיך היפּש געביטן במשך פֿון די צוויי לעצטע דורות. בײַ די ספֿרדיש־שטאַמיקע חרדים ווערט אַלץ טיפֿער אײַנגעוואָרצלט דער שטאַרק נעגאַטיווער קוק אויף דער נישט־ייִדישער קולטור. מיט דער דאָזיקער קרענק האָבן זיי זיך אָנגעשטעקט בײַ די פֿאַרפֿרומטע ייִדן פֿונעם אַשכּנזישן אָפּשטאַם. ס׳איז איראָניש, אַז סאַודיע איז ביז לעצטנס געווען דאָס איינציקע אַראַבישע לאַנד, וווּ ייִדן האָבן נישט געטאָרט זיך באַווײַזן. מיט אַ יאָר צוריק, האָט די סאַודישע רעגירונג, אין פּרינציפּ, באַשלאָסן אַרײַנצולאָזן ייִדישע טוריסטן און אַרבעטער. אָך און וויי, אַז אַ הײַנטיקער רבֿ רופֿט פֿון אַ הויכער טריבונע נאָכמאַכן אויף אַ פֿאַרקערטן אופֿן דעם שטייגער, וואָס ווערט אַפֿילו אין אַזאַ לאַנד ווי סאַודיע פֿאַרעלטערט.