באַריכט: „איי־פּי‟ האָט קאָאָפּערירט מיטן נאַצי־רעזשים

Report: AP Cooperated With Nazi Regime


פֿון ייִט״אַ

Published March 31, 2016, issue of April 15, 2016.

די נײַעס־אַגענטור „אַסאָסיִייטעד פּרעס‟ האָט פֿאָרמעל קאָאָפּערירט מיט היטלערס נאַצי־רעזשים, און דערבײַ איבערגעגעבן אירע מאַטעריאַלן דעם נאַציסטישן פּראָפּאַגאַנדע־מיניסטעריום, האָט אַ דײַטשע היסטאָריקערין איבערגעגעבן אין אַ נײַער שטודיע.

די „איי־פּי‟ איז געווען די איינציקע אינטערנאַציאָנאַלע נײַעס־אַגענטור, וואָס היטלער האָט דערלויבט צו אָפּערירן אין דײַטשלאַנד, ביז די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז אַרײַן אין דער צווייטער וועלט־מלחמה אין 1941.

ד״ר האַריעט שאַרנבערג, אַ היסטאָריקערין בײַם „מאַרטין לוטער אוניווערסיטעט‟ אין דער דרום־דײַטשישער שטאָט האַל, האָט אין אין אַן אַרטיקל פּובליקירט אויף דײַטש אינעם אַקאַדעמישן זשורנאַל, „שטודיעס אין דער הײַנטצײַטיקער געשיכטע‟, געוויזן, אַז „איי־פּי‟ האָט געקאָנט בלײַבן אין דײַטשלאַנד צוליב איר קעגנאַנאַנדיקער קאָאָפּעראַציע מיטן נאַצי־רעזשים.

די „איי־פּי‟ האָט אויך אָנגעשטעלט זשורנאַליסטן און פֿאָטאָגראַפֿן, וועלכע האָבן געאַרבעט פֿאַרן נאַציסטישע פּראָפּאַגאַנדע־מיניסטעריום, און דערלויבט די נאַציס צו ניצן איר פֿאָטאָ־אַרכיוון צו שאַפֿן אַנטיסעמיטישע פּראָפּאַגאַנדע.

דער אַרטיקל וועגן דעם באַריכט איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אין דער דײַטשער צײַטונג, „די גאַרדיען‟.

די „איי־פּי‟ האָט מסכּים געווען צו פֿאָלגן דאָס „שריפֿטלײַטערגעזעץ‟ (רעדאַקטאָרס געזעץ) פֿון די נאַציס, וואָס האָט פֿאַרווערט צו פּובליקירן מאַטעריאַלן „וואָס זייער ציל איז אָפּצושוואַכן דעם כּוח פֿונעם רײַך אין אויסלאַנד אָדער אין דײַטשלאַנד גופֿא‟.

שאַרנבערג האָט געטענהט, אַז „איי־פּיס‟ מיטאַרבעט מיטן היטלער־רעזשים האָט דערלויבט די נאַציס צו „שילדערן די מלחמה פֿון אומברענג ווי אַ געוויינטלעכע מלחמה,‟ האָט „די גאַרדיען‟ איבערגעגעבן.