ווער קען נישט עטלעכע ווערטלעך, שפּריכווערטער אָדער אויסדרוקן פֿון זײַנע טאַטע־מאַמע אָדער זיידע־באָבע? אַמאָל בלײַבן די ווערטלעך די איינציקע בל־פּהיִשע ירושה, וואָס איז אונדז געבליבן. איך האָב נישט געקענט מײַן זיידן חיים ע״ה, אָבער איך קען זײַנע ווערטלעך אויף דרײַ שפּראַכן — ייִדיש, אוקראַיִניש און „האַלב־ייִדיש, האַלב־אוקראַיִניש‟. די רומענישע אויסדרוקן קען איך פֿון דער מאַמען. זאַמלונגען פֿון ייִדישע שפּריכווערטער פֿאַרמאָגן מיר גענוג, אָבער אַ טיפֿערן אַרײַנבליק אין די באַציִונגען צווישן דעם ייִד און זײַנע ווערטלעך פֿאַרמאָגט מען ערשט איצט מיטן ווערק פֿון פּראָפֿ׳ אילנה ראָזען פֿון בן־גוריון־אוניווערסיטעט.
פֿון ראָזענס שווער, שאול ראָזענצווײַג, אַ ייִד פֿון עסטרײַך־אונגערישער זיבנבערג, אַ שארית־הפּליטהניק, האָט געשטראָמט פֿאָלקלאָר — סײַ עפּיזאָדן פֿון זײַן לעבן, סײַ ווערטלעך. די אַמאָליקע פֿאָלקלאָריסטן וואָלטן געווען גליקלעך פּשוט צו קלײַבן די „פּערל‟, אַרויסגעבן אַ זאַמלונג און — פּטור אַן עסק. אָבער ראָזען, אין איר שטודיע „Soul of Saul” (שאולס נשמה) גייט ווײַטער. אַ דאַנק די אייניקלעך, האָט זי פֿאַרבראַכט שעהען לאַנג מיטן שווער (דעם זיידן) און האָט געקענט באַטראַכטן נישט בלויז די ווערטלעך אַליין, נאָר ווי דער שווער האָט זיי געניצט, וואָס זיי האָבן געמיינט פֿאַר אים, און ווי ער האָט זיי פֿאָרגעשטעלט. אויף דרײַ שפּראַכן האָט ער די שפּריכווערטער איבערגעגעבן — אונגעריש, רומעניש און ייִדיש. דאָס בוך באַטראַכט ראָזענצווײַגס לעבנס־געשיכטע, און ווי אַזוי ער גיט איבער די געשיכטע בעל־פּה, צו די ווײַטערדיקע דורות.
ראָזען האָט זיך פֿריִער קונה־שם געווען מיט אירע ביכער וועגן דעם בעל־פּהיִשן ייִדישן פֿאָלקלאָר פֿון קאַרפּאַטן־רוס און פֿון די אונגערישע פֿרויען פֿון דער שארית־הפּליטה און זייערע חורבן־זכרונות. זי איז סענסיטיוו צו די פֿאָלקלאָרישע אַספּעקטן פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן. וואָס אַנדערע וואָלטן נישט געפּסקנט ווי „פֿאָלקלאָר‟, וואָלט זי יאָ געזען אין דעם אַ פֿאָלקלאָרישן מוסטער, אַ פֿורעם. ווי אַ פֿאָלקלאָריסט, קוקט זי אויף געוויסע עפּיזאָדן אין זײַן דערציילן ווי נאַראַטיוון, וואָס ער האָט מער ווי איין מאָל דערציילט, און מע קען די נוסחאָות פֿאַרגלײַכן און אָפּשאַצן ווי פֿאָלקלאָר.
שאול ראָזענצווײַג איז געבוירן געוואָרן אין 1917, מיטגעמאַכט אַן אַרבעט־לאַגער בעת דעם חורבן און עולה געווען קיין ישׂראל. ער איז דאָרטן געבליבן אַן אַלמן, און די לעצטע זיבן יאָר פֿון זײַן לעבן האָט ער פֿאַרבראַכט די שבת־זונטיקן מיטן זון, שנור (פּראָפֿ׳ ראָזען) און די אייניקלעך; ער פֿלעגט זיי דערציילן זײַנע זכרונות, פֿול מיט ווערטלעך און אויסדרוקן. אַ סך עלטערע לײַט, בפֿרט מענער, ווערן מער אײַנגעהאַלטן און שטילער אויף דער עלטער, אָבער ראָזענצווײַג, פֿאַרקערט, איז מער דערציילעריש געוואָרן. נאָך זײַן טויט, האָט מען אַרויסגעגעבן אַ ביכל מיט זײַן ביאָגראַפֿיע און 336 פֿון זײַנע שפּריכווערטער.
די ווערטלעך זײַנע שפּיגלען אָפּ זײַן כאַראַקטער, חכמה, לאָגיק, און זײַן קוק אויף דער וועלט. אָבער, ווי ראָזען הייבט אַרויס, נישט אַלע מאָל ווען מע ניצט אַ שפּריכוואָרט דריקט דאָס אויס פּינקטלעך וואָס דער מענטש טראַכט וועגן אַן ענין. זיי זענען דאָך אוניווערסאַלע דערקלערונגען. די שפּריכווערטער זענען נישט בלויז אַ געדאַנק, נאָר אויך אַ מין פּאָעזיע, וווּ דער ריטעם און קלאַנג פֿון די ווערטער פֿאַרנעמען אויך אַן אָרט אינעם אַנאַליז. דערצו, און דאָס איז אפֿשר דער עיקר אין דעם ווערק, קענען די שפּריכווערטער און זייער באַניץ, באַטראַכט ווערן ווי אַן אָפּשפּיגלונג פֿונעם לעבן פֿון אַ מענטשן, זײַן פֿרייד און לייד.
צום סוף פֿונעם בוך קען מען לייענען אַלע ווערטלעך און אויסדרוקן לויט דער שפּראַך, אָבער במשך פֿונעם באַנד האָט ראָזען צוזאַמענגענומען די שפּריכווערטער לויט די טעמעס ווי „טאָטאַליטאַרישקייט‟, „ייִדן און אַנדערע‟, „פּראָדוקטיווקייט און פֿוילקייט‟. אין די אויסדרוקן קען מען גוט אַרײַנטײַטשן אַ פּסיכאָלאָגיע, נישט בלויז וואָס איז שייך צום מענטש, נאָר אויך וואָס האָט אַ שײַכות צו דעם גלות־ייִד בכלל.
צוליב דער צימצומדיקייט פֿון די ווערטלעך, דאַרף מען נאָר צוגעבן אָדער בײַטן איין וואָרט, אַז דער גאַנצער טײַטש זאָל ווערן אַנדערש. זיכער וועלן די לייענער געפֿינען ווערטלעך פֿון זייער משפּחה, אָבער מיט אַ קנייטש און אַן אַנדער מיין. למשל, ראָזענצווײַג האָט געזאָגט: „דער חשבון שטימט, אָבער דאָס געלט איז נישטאָ‟. אין אונדזער נוסח זאָגט מען דאָס אַזוי — „חשבון יע; הראָשע ניע מאַ” — האַלב ייִדיש, האַלב אוקראַיִניש. די מחברטע האָט ברייט אויסגעטײַטשט דעם באַגריף „שפּריכוואָרט‟ און אין דער זאַמלונג וועט מען אויך געפֿינען אויסדרוקן ווי „מע דאַרף קענען רעדן‟, „אַלע מעלות‟ און „ניט אַהין, ניט אַהער‟.
די לייענער וואָס ווילן פּשוט אַ זאַמלונג ווערטלעך, וועלן זײַן אַנטוישט מיט דעם פּרטימידיקן אַנאַליז פֿון ראָזענצווײַגס דערציילן. אָבער אינטערעסאַנט וועט „שאולס נשמה‟ זײַן פֿאַר די אַלע, וואָס האָבן פֿאַרבראַכט שעהען לאַנג מיט זייערע טאַטע־מאַמעס, זיידע־באָבעס און זיי רעקאָרדירט וועגן זייערע לעבנס אין דער אַלטער היים, די מלחמה־יאָרן און זייער לעבן אין אַ נײַ לאַנד. זיי וועלן בעסער פֿאַרשטיין די קאָמפּליצירטקייט פֿון דערציילן אַן אויטאָביאָגראַפֿיע, די באַשלוסן וואָס סע מאַכט דער דערציילער אינעם איבערגעבן זײַן/איר לעבן, און ווי אַזוי די שפּריכווערטער און אויסדרוקן שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע אין דעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.