אויף דער וועבזײַט פֿון דער דײַטשישער צײַטונג „צײַט‟, וואָס גייט אַרויס אין האַמבורג, איז נישט לאַנג צוריק דערשינען אַן אינטערוויו מיטן פּענסיאָנירטן פּראָפֿעסאָר־לינגוויסט קריסטאָף גוטקנעכט, אַ באַקאַנטער מומחה אין ענגליש און גערמאַנישע שפּראַכן. אין דער צײַטונג „ייִדישע אַלגעמיינע‟ פֿירט ער אַ רובריק וועגן ייִדישע באָרג־ווערטער אין דײַטש. נישט לאַנג צוריק האָט גוטקנעכט אַרויסגעגעבן אַ בוך וועגן דעם ווערטער־אויסטויש צווישן די צוויי לשונות. וועגן דעם דאָזיקן ענין האָט מיט אים געשמועסט דער זשורנאַליסט אורס ווילמאַן. דער אינטערוויו טראָגט דעם טיטל „בליצפּאָסט‟.
זעלטן הערט מען הײַנט אין דײַטשלאַנד ייִדיש ווי אַ באַזונדערע שפּראַך, אַחוץ די ערטער, וווּ עס וווינען די עלטערע אימיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, און אָרטיקע ענטוזיאַסטן פֿון דער שפּראַך. פֿונדעסטוועגן, לעבן נישט ווייניק ייִדישע ווערטער אינעם טאָג־טעגלעכן לעקסיקאָן פֿון די געוויינטלעכע דײַטשן, ווען מע רעדט וועגן אַ „שטות‟, „חוצפּה‟. אין אַזעלכע ווערטער, ווי „גאַונער‟ און „פּאָלענטע‟, איז שווערער צו באַמערקן די ייִדישע עטימאָלאָגיע, אָבער זייערער וואָרצלען שטאַמען אויך פֿון ייִדיש.
גוטקנעכט איז מסכּים מיט מאַקס ווײַנרײַכס קלאַסישער טעאָריע, לויט וועלכער ייִדיש איז אויפֿגעקומען מיט טויזנט יאָר צוריק אינעם רײַנלאַנד־ראַיאָן. אינעם אינטערוויו האָט ער באַטאָנט, כּדי אָפּצוּוואַרפֿן דעם פֿאַרשפּרייטן סטערעאָטיפּ, אַז ייִדיש איז נישט אַ דיאַלעקט צי אַ זשאַרגאָן, נאָר אַ באַזונדער לשון.
דאָס דײַטשישע וואָרט „גאַונער‟ מיינט אַ גנבֿ אָדער אַ שווינדלער, אָבער שטאַמען שטאַמט עס פֿון גאָר אַן אַנדער שורש: „יוון‟ אָדער „יוונער‟, אַ גריך. דער באַגריף האָט זיך שוין באַוויזן אינעם 16טן יאָרהונדערט. גוטקנעכט מיינט, אַז די אַסאָציאַציע פֿון שווינדלערײַ דווקא מיט די גריכן איז פֿאַרבונדן מיטן טערקישן נצחון איבער ביזאַנטיע. ווען קאָנסטאַנטינאָפּאָל איז אַריבער צו די טערקן אינעם יאָר 1453, האָבן זיך אין אייראָפּע באַוויזן אַ סך היימלאָזע גריכישע נע־ונדניקעס. צוליב דער זעלבער סיבה, מיינט דאָס פֿראַנצויזישע וואָרט „גרעק‟ אַ שווינדלער.
אויף אַ טשיקאַוון אופֿן, האָט די ייִדישע „הצלחה וברכה‟ זיך פֿאַרוואַנדלט אויף דײַטשיש אין „האַלדז־ און ביינברוך‟. די דײַטשן האָבן נישט ריכטיק אָפּגעטײַשט די מיסטעריעזע ייִדישע ווערטער און געמיינט, אַז דאָס איז אַ קללה.
אינעם שמועס האָט דער פּראָפֿעסאָר צוגעגעבן, אַז ייִדיש אַנטוויקלט זיך, אַוודאי, ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך, ווי עס ווײַזן אַזעלכע מאָדערנע ווערטער, ווי „בליצפּאָסט‟ און „קאָמפּאַקטל‟. געוויסע ייִדישיסטן האָבן אויך צוגעטראַכט נישט לאַנג צוריק דעם נעאָלאָגיזם „שלעפּטאָפּ‟, מיינענדיקן אַ פּאָרטאַטיוון קאָמפּיוטער. אין פֿאַרגלײַך מיט דײַטשלאַנד, האָט באַמערקט גוטקנעכט, בלײַבט דאָך ייִדיש אַ לעבעדיקע גאַסן־שפּראַך אין אַמעריקע. דער יונגער דור קען די שפּראַך אָדער לערנט זי אויס, און טראַכט צו נײַע ווערטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.