אין דער געשיכטע פֿון ייִדישער זשורנאַליסטיק און וויסנשאַפֿט האָט מען אַ סך אויפֿגעטאָן, כּדי צו שאַפֿן בילדער פֿון ייִדישן לייענער — פֿון פֿאַרשיידענע צײַטן און פֿאַרשיידענע צײַטשריפֿטן. די לייענער אַליין זײַנען געווען אַקטיוו, און פֿון זייערע בריוו האָט מען געקענט זיך דערוויסן, וואָס זיי האָבן געוואָלט, געפֿאָדערט צו זען אין דער אָדער יענער אויסגאַבע. וועגן די לייענער האָבן אינטערעסאַנט און טיף געשריבן, אַ שטייגער, נחמן מײַזיל און שמואל ניגער, וועלכע זײַנען געווען, דער עיקר, ליטעראַטור־קריטיקער, אָבער באַרירט אויך אַנדערע טעמעס.
אין „פֿאָרווערטס‟ זײַנען אין משך פֿון יאָרצענדליקער געווען ניט ווייניקער פֿון צוויי אָפּטיילן פֿאַר בריוו פֿון לייענער. מער באַקאַנט איז דאָס „בינטל בריוו‟, ווײַל אייניקע פֿון די בריוו, אַ דראָפּ אין ים, זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אויף ענגליש. אין דעם דאָזיקן אָפּטייל האָט מען ניט אָנגעוויזן דעם אמתן נאָמען פֿונעם מענטשן, וואָס האָט זיך געוואָנדן צו דער רעדאַקציע, זי זאָל אַרויסהעלפֿן מיט אַן עצה. זייער אָפֿט זײַנען עס געווען פֿרויען, וואָס האָבן ניט געוווּסט, ווי אַזוי זיך אויפֿצופֿירן אין אַ שווערער סיטואַציע. די בריוו זײַנען געווען אויסערגעוויינטלעך פּאָפּולער, געשפּילט די ראָלע פֿון כּלערליי „טאָק שאָוס‟, מיט וועלכע די טעלעוויזיע האָדעווען הײַנט דעם עולם.
ס’איז געווען נאָך איין אָפּטייל: „פֿון פֿאָלק צו פֿאָלק‟, מיט אונטערגעשריבענע בריוו. די טעמעס זײַנען געווען אַנדערע, בדרך־כּלל ניט פֿון דעם טאָג־טעגלעכן לעבן, ווי אין „בינטל בריוו‟, נאָר פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע. אונטערגעשריבענע בריוו האָט מען געדרוקט אויך, ווען די רעדאַקציע פֿלעגט עפֿענען אַ דיסקוסיע אויף עפּעס אַ ספּעציפֿישער טעמע. איך האָב, למשל, אַנאַליזירט די בריוו (און געשריבן וועגן דעם), אין וועלכע לייענער האָבן אַנטפּלעקט זייער באַציִונג צו דער סאָוועטישער („סטאַלינישער‟) קאָנסטיטוציע. דער דאָזיקער אַנאַליז האָט באַוויזן, ווי ברייט — קודם־כּל, אידעאָלאָגיש — איז געווען דער עולם, וואָס האָט געלייענט די צײַטונג אין די מיט־1930ער יאָרן.
גלײַכצײַטיק, איז דער לייענער געווען פֿון מער אָדער ווייניקער דעם זעלבן קולטורעלן שניט. די צײַטונג אַליין האָט אויפֿגעטאָן זייער אַ סך, כּדי שאַפֿן אַן אַלגעמיינעם „קולטור־שטח‟. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס ס’רובֿ לייענער זײַנען געקומען פֿון יענער זײַט אָקעאַן און געבראַכט גאַנץ ענלעכע דערפֿאַרונגען.
אין 1995 איז אין דעם זשורנאַל East European Jewish Affair אַרויס מײַן אַרטיקל The Era of Sovetish Heymland: Readership of the Yiddish press in the former Soviet Union. הגם איך האָב גענוצט פֿאַרשיידענע קוואַלן פֿאַר אָט דער פֿאָרשונג, איז דער הויפּט־קוואַל געווען מײַן אייגן נאָטיץ־ביכל, אין וועלכן איך האָב אַרײַנגעטראָגן אַ פּרטימדיקע סטאַטיסטיק, וועלכע האָט געוויזן די צאָל לייענער און זייער געאָגראַפֿיע אין די לעצטע יאָרן פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד‟. געשריבן האָב איך אויך וועגן עטלעכע פֿאַרשפּרייטע טיפּן פֿון די זשורנאַל־לייענער. וועגן דעם האָב איך געהאַט זייער אַ קלאָר בילד, מחמת ווי דער פֿאַראַנטוואָרטלעכער סעקרעטאַר פֿונעם זשורנאַל בין איך געווען אין שטענדיקן קאָנטאַקט מיט דער סבֿיבֿה.
איך גלייב, אַז פֿאַר אַ רעדאַקטאָר און פֿאַר אַ זשורנאַליסט איז געוואַלדיק וויכטיק צו וויסן, ווער עס לייענט די פּובליקאַציע. אַנדערש קען עס זײַן פּשוט אַ קול־קורא, וואָס קיינער וועט ניט דערהערן. און איך מוז זאָגן אין גאַנצן אויפֿריכטיק, אַז אין די לעצטע יאָרן האָב איך פֿאַרלוירן „דאָס פּנים‟ פֿונעם „פֿאָרווערטס‟־לייענער. ווער זײַנען די דאָזיקע מענטשן? און וואָס מיינט עס הײַנטיקע טעג צו זײַן אַ לייענער פֿון אַ צײַטונג? וואָס איז דער אונטערשייד — און ער איז בלי־ספֿק אַ גרויסער — צווישן אַ „קליק טאָן‟ פֿון מאָל צו מאָל די וועב־זײַט און באַקומען אַ פּאַפּירענע צײַטונג?
איך בין זיכער, אַז צווישן די לייענער — סײַ די „קליקנדיקע‟, סײַ די האַלטנדיקע אין די הענט אַ לעבעדיקע צײַטונג — זײַנען דאָ ניט ווייניק וועטעראַנען. אין תּוך אַרײַן, דאַכט זיך, אַז איך שרײַב — און נאָך אַ חודש־לאַנג שרײַבן — דווקא פֿאַר זיי. אָבער עס זײַנען דאָ אויך ייִנגערע צי פּשוט יונגע לײַט. ווער זײַנען זיי? עפּעס אַ צאָל לייענער זײַנען פֿון דער אַקאַדעמישער וועלט, כאָטש איך זע ניט די צײַטונג זאָל שטאַרק צוציִען זיי.
איך פֿאַרשטיי, אַז עפּעס אַ ממשותדיקע צאָל „קליקנדיקע‟ מענטשן זײַנען פֿון די חרדישע קרײַזן. איך זע אויך, אַז די צײַטונג פּרוּווט צו קולטיווירן די דאָזיקע סבֿיבֿה. אָבער איך ווייס ניט, צי דאָס איז אַ ריכטיקע זאַך. איך מיין דערמיט ניט אַוועלכע עס זאָלן ניט זײַן אידעאָלאָגישע אַספּעקטן פֿון אַזאַ קער. איך בין פּשוט לחלוטין ניט זיכער, צי מע קען האָבן די זעלבע אויסגאַבע, אויסגערעכנט פֿאַר אַלע מינים ייִדיש־לייענער. איך מיין, אַז מע קען ניט. בפֿרט נאָך, אַז דער „קליקנדיקער‟ לייענער, אַ פֿרומער צי אַ וועלטלעכער, ברענגט ניט דערווײַל קיין גראָשן געלט. אין דעם פֿאַל איז אפֿשר קליגער די סטראַטעגיע, וואָס מײַן באָבע פֿלעגט פֿאָרמולירן ווי „וואָס קלענער דער עולם — אַלץ גרעסער די שׂימחה‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.