דער יאָרצייט פֿון ר׳ אלימלך פֿון לעזשענסק איז געפֿאַלן הײַ־יאָר דעם 30סטן מאַרץ (כ״א אדר).
די פּאָליאַקן זענען שוין צוגעוווינט צו זען הונדערטער חסידים אויפֿן וואַרשעווער פֿלי־פֿעלד וואָס קומען אויף די קבֿרי צדיקים. פּוילן איז בײַ אַ סך חסידים כּמעט אַ הייליקע ערד, וווּ עס געפֿינען זיך די קבֿרים פֿון זייערע צדיקים, ווי דער גערער, דער צאַנזער, דער רואה פֿון לובלין, אַ האַלבער טוץ צדיקים אין טאָרנע, כּמעט אַזוי פֿיל קבֿרי צדיקים אין דינוּוו, און נאָך און נאָך.
חוץ זייערע חסידישע מלבושים וואָס דערמאָנען, אַגבֿ, די בגדים פון די אַמאָליקע פּוילישע פּריצים, טראָגן די חסידים מיט זיך גרויסע וואַליזקעס. די סיבה, פֿאַרשטייט זיך, איז אַז זיי ברענגען זייער עסן מיט זיך.
די חסידישע טוריסטן זענען אין גאַנצן אַנדערש ווי, למשל, די וועלטלעכע ישׂראלדיקע טוריסטן. מען זעט זיי נישט אין די גרויסע אײַנקויף־צענטערס. די פּוילישע נאַטור אינטערעסירט זיי נישט. פֿון דעם ים און די בערג איז שוין אָפּגערעדט. זיי קומען צו די קבֿרים פֿון די צדיקים — און שוין. אַגבֿ, אַ סך פֿון זיי קומען פֿון אַמעריקע און פֿאַרגעסן, אַז אין פּוילן האָבן מיר נישט אַזעלעכע שנעלע אויטאָסטראַדן ווי אין אַמעריקע און קאַנאַדע. אָפֿטמאָל מאַכן די חסידישע טוריסטן רײַזע־פּלענער וואָס זענען אין גאַנצן נישט רעאַליסטיש. נעמט, למשל, דעם וועג פֿון וואַרשע קיין באָבאָוו — אן ערך 200 מײַל. די צרה איז אַז אָפֿטמאָל דאַרף מען פֿאָרן אויף שמאָלע אַספֿאַלט־וועגן, אַזוי אַרום אַז מען קען פֿאַרברענגען אַ גאַנצן טאָג אויף דער דאָזיקער נסיעה אַליין.
דער באַוווּסטער ישׂראלדיקער זשורנאַליסט, רוביק ראָזענטאַל, האָט לעצטנס געווידמעט אַ גאַנצן אַרטיקל דער טעמע, יאַכנע.
מעשׂה שהיה כּך היה: צוויי זשורנאַליסטן, אַ מאַן און אַ פֿרוי, האָבן זיך צעקריגט פֿאַר די טעלעוויזיע־קאַמעראַס. אהוד יערי, אַ גרויסער קענער פֿון איסלאַם, האָט באַצייכנט אַ געוויסע דנה ויס (דאַנאַ ווײַס) ווי אַ „יאַכנע‟, וואָס רעדט וועגן איסלאם אָן צו וויסן ווי אײַן און ווי אויס.
אין הײַנטיקן גערעדטן עבֿרית איז אַ יאַכנע אַ פֿרוי וואָס האַקט אַ טשײַניק — רעדט אַ סך און קען ווייניק.
רוביק האָט חוקר געווען די וואָרצלען פֿונעם וואָרט „יאַכנע‟. לויט אים שטאַמט דאָס ייִדישע וואָרט יאַכנע פֿונעם פּוילישן נאָמען יאַדוויגאַ. שרײַבנדיק פֿון פּוילן קען איך אײַך פֿאַרזיכערן, אַז יאַדוויגאַ איז טאַקע אַ פּוילישער נאָמען אָבער מיט די אַטריבוטן פֿון די יאַכנעס האָט עס לחלוטין גאָר נישט צו טאָן.
אַ שאָד וואָס רוביק האָט נישט געזען „די מכשפֿה‟ פֿון גאָלדפֿאַדענען אויף די ברעטער פֿונעם ייִדישן טעאַטער. דעמאָלט וואָלט ער זיך דערוווּסט, אַז ביי גאָלדפֿאַדענען הייסט די מכשפֿה די באָבע יאַכנע. סלאַווישע קינדער פֿון נאָוואָסיבירסק ביז וואַרשע קענען אַלע די מיאוסע באַבאַ־יאַגאַ וואָס איז מסתּמא אַ נאָענטע קרובֿה פֿון אונדזער באָבע־יאַכנע.
ווייניק טוריסטן ווייסן, אַז כאָטש וואַרשע איז כּמעט אין גאַנצן חרובֿ געוואָרן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז פֿון דעסט וועגן געבליבן דאָ אַ רעשטל פֿון דער געטאָ־מויער. נײַע בנינים זענען געבויט געוואָרן ארום דעם דאָזיקן מויער־רעשטל און מען דאַרף קענען דעם וועג וואָס פֿירט אהין צו. אַן איידעלער פּאָליאַק וואָס האָט געוווינט לעבן דער מויער האָט אים ממש געראַטעוועט ווען מען האָט עס געוואָלט אראָפּרײַסן צוליב נײַע בוי־פּראָיעקטן.
דער דאָזיקער איידעלער פּאָליאַק האט געהייסן מיעטשיסלאַוו יעדרושטשאַק און ער איז נאָר וואָס אַוועק אין דער אייביקײט אין עלטער פון 94 יאָר. אַז מען זעט דאָס מויער־רעשטל פֿאַרשטייט מען, אַז די מויער אַליין איז אין גאַנצן נישט געווען קיין מוראדיקע. די גרעסטע פּראָבלעם איז נישט געווען ווי צו אַנטלויפֿן פֿון דער געטאָ. די גרעסטע פּראָבלעם איז געווען צו געפֿינען אַ וועג צו בלײַבן בײַם לעבן אויף יענער זײַט מויער — אויף דער אַרישער זײַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.