(די 2 טע זײַט פֿון 2)
זײַנען געווען עטלעכע סיבות. אייניקע סאָוועטישע ייִדן האָבן טאַקע געוואָלט לעבן צווישן ייִדן און צו פֿירן אַ ייִדישן לעבן. עס זײַנען אויך געווען ייִדן, וועלכע האָבן זיך געפֿילט שלעכט אין דעם אידעאָלאָגישן קלימאַט פֿון דער סאָוועטישער מלוכה. אָבער אַזעלכע מענטשן האָבן געשאַפֿן גאָר ניט דעם גרעסטן טייל צווישן די לײַט, וואָס האָבן אָנגעגעבן פּאַפּירן אויף אַרויסצופֿאָרן פֿון לאַנד. דער גרעסטער טייל פֿון זיי האָט קודם־כּל געוואָלט האָבן אַ בעסער לעבן.
די זאַך איז, אַז אַ ייִד פֿלעגט, בדרך־כּלל, זיך ניט פֿאַרגלײַכן מיט עפּעס אַ דורשניטלעכן ניט־ייִדן. ער צי זי האָט זייער אָפֿן געמאַכט אַ פֿאַרגלײַך מיט דעם שעף, מיט די קאָלעגן. מיר איז אויסגעקומען צו הערן צענדליקער מאָל עפּעס אַזוינס: „דער דאָזיקער איוואַן פֿאַרשטייט זייער ווייניק. אָבער ער איז אַ גוי און אַ קאָמוניסט, בעת משה (אָדער איציק, וכ’) מוז שלעפּן אויף זײַנע פּלייצעס די גאַנצע אַרבעט.‟
און נאָך איין פֿאַרגלײַך איז געווען — דער ניוואָ פֿון לעבן אין אויסלאַנד. זינט די 1950ער יאָרן האָט אַ סאָוועטישער בירגער באַקומען די מעגלעכקייט צו קוקן אַלץ מער אויסלענדישע פֿילמען, און אַ היפּשע צאָל טוריסטן — לעבעדיקע אויסלענדער — האָבן זיך באַוויזן אין מאָסקווע און אייניקע אַנדערע שטעט. טויזנטער סאָוועטישע לײַט האָט מען דערלויבט זיך אַרײַנכאַפּן אין אויסלאַנד. דעם אונטערשייד צווישן די צוויי וועלטן האָט מען געזען זייער קלאָר. איך געדענק אַ שמועס, מיט פֿערציק צי אַפֿילו מער יאָר צוריק, מיט אַן עלטערן ייִדן. ער — אַ קאָמוניסט און דערצו אַ רעדאַקטאָר אין דעם פֿאַרלאַג „פּאָליטישע ליטעראַטור‟ (דער ייִד האָט געגרייט צום דרוק די „ווערק‟ פֿון ברעזשנעוון און אַנדערע פֿירער) — האָט מיר געזאָגן: „די סאָוועטישע סיסטעם האָט פֿאַרשפּילט, די קאַפּיטאַליסטישע וועלט האָט געוווּנען‟. מײַן טאַטע, אַ קאָמוניסט זינט 1940 און אַ פּאָליטישער אָפֿיציר בעת דער מלחמה, האָט געהאַלטן פּונקט אַזוי.
הקיצור, ייִדן האָבן געלעבט גאַנץ גוט אויף דער סאָוועטישער שקאַלע, אָבער מע האָט שוין ניט געוואָלט מעסטן אַלץ לויט אָט דער שקאַלע. און די נײַע מאָס האָט געשאַפֿן אַ קלימאַט פֿאַר עמיגראַציע. איך ניץ דאָס וואָרט „קלימאַט‟, ווײַל איך גלייב ניט, אַז ס’איז געווען אַ „באַוועגונג‟. עס זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, געווען יחידים און קליינטשיקע גרופּקעלעך אַקטיוויסטן. אָבער ס’רובֿ ייִדן האָבן צו דעם קיין שום דירעקטן שײַכות ניט געהאַט. די ייִדן פֿלעגן אָנגעבן דאָקומענטן אָן דער דאָזיקער „באַוועגונג‟. אַן אמתע באַוועגונג פֿאַר סאָוועטיש־ייִדישער עמיגראַציע איז געווען אין אויסלאַנד, אָבער דאָס איז שוין אַן אַנדער מעשׂה.
אַגבֿ, אין דעם לעצטן טאָג פֿון דער קאָנפֿערענץ האָבן מיר זיך דערוווּסט, אַז וולאַדימיר פּוטין האָט גענומען אונטער זײַן דיקערטן פּרעזידענטישן קאָנטראָל די סיסטעם פֿון רוסלענדישע אַרכיוון. ביז אַהער האָט מיט די אַרכיוון אָנגעפֿירט דער קולטור־מיניסטעריום. מענטשן, וואָס קענען די סאָוועטישע געשיכטע, געדענקען אַוודאי, אַז אין יאָר 1938 האָט סטאַלין איבערגעגעבן די אַרכיוון אונטערן קאָנטראָל פֿון דעם רעפּרעסיוון אָרגאַן — דעם קאָמיסאַריאַט פֿאַר אינערלעכע ענינים. מע דאַרף זיך היטן, פֿאַרשטייט זיך, ווען מע פֿירט דורך היסטאָרישע פּאַראַלעלן. אָבער עס גלייבט זיך ניט, אַז די דאָזיקע שינוי וועט מאַכן די ווײַטערדיקע פֿאָרש־אַרבעט גרינגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.