די פֿאָלקסזינגערין פּירל סאַפּאָזשניק, וואָס האָט יאָרן לאַנג פֿאַרווײַלט די ליבהאָבער פֿון ייִדיש געזאַנג מיט איר רײַכער אַלט־שטים, איז ניפֿטר געוואָרן דעם 17טן מאַרץ, אין עלטער פֿון 96 יאָר.
זיצנדיק פֿאַרן עולם אין „קלעזקעמפּ‟, „סוירקל לאַדזש‟ אָדער אויף דער „ייִדיש־וואָך‟, פֿלעגט פּירל אויסזינגען אַ פֿולן רעפּערטואַר פֿון טראַדיציאָנעלע און פּאָפּולערע ייִדישע לידער: אידעאָלאָגישע ציוניסטישע לידער, לאַנגע באַלאַדעס און טעאַטער־שלאַגערס, ווי אויך פּוילישע באַלאַדעס, פּאַטריאָטישע פּאָעמעס און ראַדיאָ־טאַנגאָס.
אין יאָר 2000 האָט זי אָנגעפֿירט, אין איינעם מיטן אַקטיאָר דוד ראָגאָוו, מיט Yiddish Word of the Day [„דאָס ייִדישע וואָרט פֿון טאָג‟] — אַ טייל פֿון דער ראַדיאָ־פּראָגראַם The Yiddish Radio Project וואס מע האָט געהערט אויף דער סטאַנציע NPR. די פּראָגראַם האָט געוווּנען אַ „פּיבאָדי־פּרעמיע‟ אין 2002.
פּירל איז אויך אינטערוויויִרט געוואָרן פֿאַרן דאָקומענטאַלן פֿילם A Yiddish World Remembered [זכרונות פֿון אַ ייִדיש־וועלט], וואָס איז אַרויס אין 2002. דער פֿילם האָט געוווּנען אַן „עמי‟־פּרעמיע.
פּירל סאַפּאָזשניק איז געבוירן געוואָרן אין 1920 אינעם שטעטל ראָוונע, וואָלינער גובערניע. זי איז געווען די עלטסטע פֿון דרײַ טעכטער. דער טאַטע, יצחק, האָט געאַרבעט ווי אַ מאַליער, און די מאַמע, רבֿקה איז געווען אַ באַלעבאָסטע. הגם די משפּחה האָט געלעבט אין אָרעמקייט האָט פּירל גענאָסן סײַ פֿון אַ טראַדיציאָנעלער דערציִונג (חומש, רשי און דאַווענען), סײַ פֿון אַ וועלטלעכער בילדונג אין אַ פּוילישער שול און אין אַ מלוכישער ייִדישער שול. זי איז אויך געווען אַקטיוו אין דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע „גורדוניה‟ און אין ייִדישע געזאַנג־קרײַזן.
ווען די דײַטשן זענען אַרײַן אין ראָוונע אין 1941 איז די משפּחה אַנטלאָפֿן אין דער שטאָט דערבענט אויפֿן קאַספּישן ים, און זיך באַזעצט אין א פֿערדשטאַל, גענייט אוניפֿאָרמען, פּראָדוצירט קאָנסערוון און געפֿאַרבט די אָרטיקע שפּיטעלער. פּירלס ייִנגסטע שוועסטער איז אָבער שטעקן געבליבן אין ראָוונער געטאָ און איז דאָרטן אומגעקומען.
נאָך דער מלחמה האָט די משפּחה זיך אומגעקערט קיין ראָוונע, וווּ פּירל האָט חתונה געהאַט מיט אַ לאַנדסמאַן, דער חזן — זינדל סאַפּאָזשניק, און אימיגרירט מיט אים קיין אַמעריקע אין 1949.
אין דער גאָלדענער מדינה איז פּירל געוואָרן אַקטיוו אין דער ראָוונער לאַנדסמאַנשאַפֿט און מיט דער צײַט געוואָרן איר לאַנגיאָריקע פּראָטאָקאָל־סעקרעטאַרשע, ווי אויך די לעצטע סעקרעטאַרשע צו שרײַבן דעם פּראָטאָקאָל אויף ייִדיש.
אין 1983 האָט זי זיך באַזעצט אין ברײַטאָן־ביטש, וווּ איר דירה איז געוואָרן אַ מאַגנעט פֿאַר געסט פֿון איבער דער וועלט, אַ דאַנק איר וואַרעמקייט, אײַנגעבאַקענער ייִדישקייט און כּדי מיטצוזינגען מיט איר אויף ייִדיש. פּירל איז אויך אַלע יאָרן געווען אַ בעלה־צדקה און געזאַמלט געלט פֿאַר נויטבאַדערפֿטיקע לעבן געבליבענע פֿון חורבן.
פּירל האָט פֿאַראָבֿלט צוויי זין, הענעך (הענרי סאַפּאָזשניק, דער באַרימטער קלעזמער־מוזיקער און ראַדיאָ־פּראָדוצירער) און נחום, דרײַ אייניקלעך, פֿינף אור־אייניקלעך, און אָן אַ שיעור ליבהאָבער פֿון ייִדישן ליד און קולטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.