דורך די יאָרן איז ייִדיש געשטעלט געוואָרן נישט פֿאַר דער פּמליא של מעלה, פֿאַר אַ הימלישן געריכט, נאָר פֿאַר אַ פֿאָלקס בית־דין, ווו מ׳האָט מאַמע־לשון באַשולדיקט אין אַלערליי פּגימות, מ׳האָט זי גערופֿן די דינסט־מויד אָדער משרת בײַ דער יחסנטע, לשון־קודש.
דאָס אָפּגעשטאַנענע פֿאָלק האָט זי באַשולדיקט אין אַ דײַטשן דיאַלעקט, אין אַ מיש־מאַש פֿון אַ שפּראַך וואָס פֿאַרמאָגט נישט קיין גראַמאַטיק, ביז מ׳האָט זיך גענומען שעמען דערמיט, ווי איך האָב עס ערשט געהערט פֿון אַ ייִד וואָס האָט זיך באַרימט מיט זײַן קענטשאַפֿט פֿון סוואַהילי, און בפֿירוש זיך מודה געווען אַז ער שעמט זיך אויסצוזאָגן, אַז ער איז אַ ייִד און דער עיקר — אַז ער שעמט זיך מיט דער ייִדישער שפּראַך.
היתכן, די לעצטע באַשולדיקונג איז געקומען פֿון מײַנער אַ סטודענטקע אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, וועלכע האָט זיך געלערנט בײַ מיר אַ קימא־לן פֿון אַ פּאָר יאָר צוריק. האָב איך זי באַגעגנט יענע וואָך, און דווקא אין דער בראָנקס, און טאַקע אין דער אַמאָליקער שלום־עליכם שול 21, וווּ איך בין אַמאָל געווען די קינדערגאָרטן־לערערין.
די וואָך איז געווען אַ סענסאַציאָנעלע וואָך אין ש״ע שול 21: מײַן אבֿרהמל (אַבֿי) האָט געשטעלט דאָרט מײַן ערשטע פּיעסע, „אַ מאַנגער ראַנדעוווּ‟. דער זאַל איז געווען געפּאַקט סײַ מיט מײַנע אַמאָליקע תּלמידים אין קינדער־גאָרטן וועלכע זײַנען שוין הײַנט פּראָפֿעסאָרן און דאָקטוירים, אַדווקאַטן און פּסיכאָ־אַנאַליטיקער. די שעכטער משפּחה, אַרײַנגערעכנט דעם באַגאַבטן מוזיקער בנימין שעכטער, די פֿײַנע ייִדישע פּאָעטעסע גיטל שעכטער, און שרה־רחל שעכטער, די הײַנטיקע שעף־רעדאַקטאָרין פֿון ייִדישן „פֿאָרווערטס‟.
אין יענע יאָרן, ווען איך האָב געפֿירט דעם קינדערגאָרטן קלאַס האָבן זיך די שעכטער קינדער געלערנט מיט דער לערערין בלומע לעדערהענדלער און אויך מיטן אויסגעצײכנטן לערער און דירעקטאָר פֿון אונדזער שול, משה גאָלדשטיין. געפֿעלט דאָס מאָל בײַ דער פֿאָרשטעלונג איז ד״ר איציק גאָטעסמאַן, וועלכער איז צו פֿינף אויך געווען, צוזאַמען מיט דודל פֿישמאַן — הײַנט אַ פּראָפֿעסאָר — און מײַן אבֿרהמלען אין מײַן קינדערגאָרטן־קלאַס.
אַחוץ דעם ריזיקן עולם וואָס איז געווען באַהאַוונט אין ייִדיש, זײַנען אויך געווען אַ גרופּע פֿון מײַנע סטודענטן פֿון קאַלומביע־אוניווערסיטעט. דאָ מוז איך זיך אָפּשטעלן און באַזירן די געשיכטע אויף איינעם פֿון זיי. די חבֿרהמאַנטע איז דווקא נישט געווען קיין ייִדישע און געהייסן האָט זי קריסטינע, איך האָב איר אַ נאָמען געגעבן קיילע, ווײַל אַלע מײַנע סטודענטן אין קאָלומביע האָבן געמוזט טראָגן אַ ייִדישן נאָמען און די סיבה דערפֿון איז געווען אַז מיט אַזעלכע נעמען ווי טשאַרלי, טאָני און אַרני האָב איך נישט געהאַט מיט וועמען צו גיין צום טיש, אָבער מיטן בײַטן זייערע נעמען צו משה, בנימין, יוסף, דוד און שלמה האָב איך זיי פֿאַרבונדן מיטן תּנ״ך, מיט אונדזער ייִדישער געשיכטע, צו די אָבֿות, נבֿיאים און מלכים. דורך די נעמען שׂרה, רבֿקה, רחל און לאה האָב איך זיי באַקענט מיט אונדזערע אמהות.
אַ צאָל פֿון מײַנע סטודענטן האָבן נישט אָפּגעשטאַמט פֿון ייִדן. צווישן זיי — דײַטשן, פּאָליאַקן, קראָאַטן, איטאַליענער און פֿראַנצויזן. צווישן די בחורים האָבן זיך נישט איין מאָל באַוויזן סטודענטן מיט אַ רויטן, גרינעם אָדער בלויען פּאַס אין די האָר, מיט היטלען איבערגעצויגן איבער די גלעזערנע ברילן (אַ סימן פֿון נאַרקאָטיק). איינער איז געווען אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנע און איינער האָט טאָג־אײַן טאָג־אויס געוואָרנט, אַז ער גייט באַגיין זעלבסטמאָרד. די רעשט זײַנען געווען פֿײַנע און בעלעבאַטישע קינדער; צווישן זיי מאָדערנע אָרטאָדאָקסן און פֿרײַדענקער.
דאָ קום איך צום רעכטן־געדעכטן. איינע פֿון די סטודענטקעס איז געווען אַן אַמעריקאַנער קריסטלעך מיידל, און געהייסן האָט זי קריסטינאַ.
יענע וואָך, נאָך דער פֿאָרשטעלונג האָט זי מיך אַוועקגעפֿירט אין אַ זײַט און זיך געטיילט מיט מיר אַ שטיקל נײַעס וואָס איז מיר נישט געווען ניחא. זי האָט האָט זיך פֿאַרטרויט פֿאַר מיר אַז זי לײַדט פֿון דער „טיי־סאַקס‟ קראַנקייט, וואָס עקזיסטירט דורכויס צווישן די אַשכּנזישע ייִדן. איך האָב נישט פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס זי זאָגט דאָס. „טיי־סאַקס‟ איז אַ גענעטישע קראַנקייט בײַ עופֿעלעך פֿון אַן אַשכּנזישן אָפּשטאַם, וואָס, אָנהייבנדיק ווען דאָס קינד איז אַרום 7 חדשים אַלט, צעשטערט עס צו־ביסלעך די נערוו־קעמערלעך אין מוח און אינעם רוקנביין, און געוויינטלעך דערלעבט דאָס קינד אַפֿילו נישט קיין 5 יאָר. ווי זשע קען די קריסטינאַ, אַ דערוואַקסענע פֿרוי, מיינען, אַז זי האָט זיך „אָנגעשטעקט‟ מיט „טיי־סאַקס‟? נאָר די סטודענטקע שעפּטשעט אין מײַן אויער:
„איך הייב נישט אָן צו וויסן פֿון וואַנען עס איז מיר געקומען. נאָך אַלעמען שטאַם איך אָפּ פֿון קריסטן. אויב איר געדענקט, האָב איך זיך פֿאַרליבט אין אַ ייִדישן בחור און זיך געלערנט ייִדיש איך זאָל קענען זיך פֿאַרשטענדיקן מיט זײַנע עלטערן און באָבע־זיידע, איך האָב זיך אויך מגייר געווען און מיר האָבן חתונה געהאַט.‟
פֿרעגט זי פּלוצלינג: „איך האָב עס דאָך נישט געקענט באַקומען פֿון לערנען זיך ייִדיש, אמת?‟
„טײַערינקע, איך קען דיך פֿאַרזיכערן, אַז ייִדיש פֿאַרשפּרייט נישט קיין ייִדישע קרענק,‟ האָב איך איר געזאָגט.
פֿרעג איך אײַך: צי איז די רעפּוטאַציע פֿון דער ייִדישער שפּראַך אַזוי געפֿאַלן, אַז מענטשן האָבן גאָר מורא, אַז מע קען דערפֿון קראַנק ווערן??
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.