אַ געפֿאַר אויף די גאַסן

Danger in the Streets

פֿון שבֿע כּהן

Published April 07, 2016, issue of April 29, 2016.

Facebook

עס דרייט זיך אַרום אַ צוויי־רעדערדיקע געפֿאַר אויף די תּל-אָבֿיבֿער גאַסן.

עלטערן פֿון קליינע קינדער ציטערן, אַז זיי גייען אַרויס פֿון שטוב, און אַלטע לײַט וואָס זײַנען נישט מסוגל צו אַנטלויפֿן, בלײַבן פֿאַרשפּאַרט אין דער היים. דאָ גייט נישט אַ רייד פֿון טעראָריסטן, וואָס שטעכן מיט מעסערס אָדער פֿון די מעדוזעס וואָס שווימען בײַם ברעג־ים, נאָר פֿון די מוראדיקע עלעקטרישע ביציקלעטן וואָס זײַנען לעגאַל פֿאַר מענטשן פֿון אַלע עלטערס אָן קיין שום ברעקל רעגולאַציע.

די „שאָפֿערן‟ פֿון די עלעקטרישע ביציקלעטן זײַנען שולדיק אין אומצאָליקע אַקצידענטן אי מיט פֿוסגייערס אי מיט אויטאָס און מאָטאָרציקלען. צום באַדויערן זענען נישט בנמצא די פּינקטלעכע צאָל אַקצידענטן ווײַל די ישׂראלדיקע רעגירונג זאַמלט נישט די גענויע אינפֿאָרמאַציע. אָבער לויט די אינטערוויוען מיט די שעפֿן פֿון די גרויסע שפּיטעלער אין ישׂראל קומט אויס, אַז עס גייט אין הונדערטער אַקצידענטן אַ חודש אין אַ מדינה וואָס, אין פֿאַרגלײַך מיט ווי מע וואָלט זיך געריכט נאָך די אַמאָל ווילדע, אײַליקע שאָפֿערן וואָס זענען אַן אָפֿטע דערשײַנונג אויף די היגע שאָסייען , האָט ווייניקער אויטאָ־אַקצידענטן פֿאַר קילאָמעטער ווי אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אָדער קאַנאַדע.

די פּראָבלעם שטעקט, אין אַ געוויסער מאָס, אין דעם מאַנגל פֿון רעגולאַציע פֿון עלעקטרישע ביציקלעטן. עס גייט די רייד אין אַ ביציקלעט וואָס פֿאָרט גיך ווי אַ מאָטאָרציקל אָבער מען האָט נישט קיין געזעצן וואָס באַשטימען בײַ וועלכן עלטער אַ קינד מעג פֿאָרן אויף אַזאַ ביציקלעט; אַז דער וואָס פֿירט דעם ביציקל מוז האָבן פֿאַרזיכערונג אינעם פֿאַל פֿון אַן אַקצידענט; ווען מען מעג פֿאָרן אויף די טראָטואַרן און ווען מוז מען פֿאָרן אין די גאַסן, אא״וו. דער ענין פֿון עלטער איז ספּעציעל דרינגלעך ווײַל אַ הויכער פּראָצענט פֿון די פֿירערס וואָס זײַנען אַרײַנגעמישט אין אַקצידענטן זײַנען יונגע לײַט (אַרײַנגערעכנט גימנאַזיע־תּלמידים) בײַ וועמען עס פֿעלט נאָך דעם שׂכל צו זײַן פֿאָרזיכטיק און אַכטונג צו געבן אויף די פֿוסגייערס.

עס העלפֿט אַ ביסל, אַז עטלעכע שטעט בויען אָדער פֿאַרצייכענען ספּעציעלע סטעזשקעס פֿאַר ביציקלעטן אָבער דאָס איז נישט גענוג. קודם־כּל, זײַנען די סטעזשקעס גאָר שמאָל צוליב דעם שוין־געבויטן אינפֿראַסטרוקטור פֿון די שטעט, קען מען נישט תּמיד צייכענען אַ סטעזשקע אַזוי ברייט ווי מען וואָלט געוואָלט. אויסער דעם איז פֿאַראַן אַ קולטור פֿון נישט פֿאָלגן אַזעלכע „ליניעס‟. מיט אַ וואָך צוריק האָב איך געזען, אַז אַ מאָטאָרציקל איז כּמעט אַרײַנגעפֿאָרן אין אַן עלעקטרישן ביציקלעט אין אַ גאַס, וווּ מען האָט אַ ברייטע סטעזשקע פֿאַר די ביציקלעטן נאָר דעם פֿירער פֿונעם ביציקלעט האָט זיך פֿאַרגלוסט צו פֿאָרן זייער גיך.

די וויכטיקע תּל־אַבֿיבֿער גאַס אבן גבירול קען דינען ווי אַ מוסטער פֿון די דורכפֿאַלן פֿון סטעזשקעלעך. בלית־ברירה האָט די שטאָט געבויט די ביציקלעט־סטעזשקעלעך צווישן דעם טראָטואַר פֿאַר פֿוסגייערס און די אויטאָבוס־סטאַנציעס. צוליב דעם זײַנען די ביציקלעטן־סטעזשקעלעך זייער אָפֿט פֿול מיט מענטשן, וואָס וואַרטן אויף אויטאָבוסן, און די ביציקליסטן דאַרפֿן אַ נייג טאָן דעם „דישל‟ און פֿאָרן אַ שטיקל וועג אויפֿן טראָטואַר.

די שרעקלעכע אַקצידענטן ווערן דערציילט אין אַ פֿייסבוק־גרופּע „מחזירים את מדרכות ת״א להולכי רגל‟ אָדער אויף יִידיש: „גיט צוריק די טראָטואַרן פֿון תּל־אָבֿיבֿ צו די פֿוסגייערס‟. די לאָזונג פֿון דער גרופּע, אגבֿ, קומט פֿון שופֿטים כ״א:כ״ה - „בימים ההם אין מלך בישראל איש הישר בעיניו יעשה‟ — אין די טעג איז נישט געווען קיין קעניג אין ישׂראל, האָט יעדער מענטש געטאָן דאָס וואָס איז גלײַך אין זײַנע אויגן. כּמעט יעדן טאָג האָט מען אַ נײַע געשיכטע. נעכטן, למשל, האָט רמי ל. דערציילט, אַז ער איז געשטאַנען אויפֿן ראָג פֿון דיזענגאָף מיט גאָרדאָן, אַ צענטראַל אָרט אין תּל־אַבֿיבֿ מיט זייער אַ סך פֿוסגייערס, און האָט געזען ווי אַן עלעקטרישער ביציקלעט איז אַרײַנגעפֿאָרן אין אַן אַרבעטער מיט אַ וועגעלע און האָט אים פֿאַרוווּנדיקט.

נאָר אַ פּאָר טעג פֿאַר דעם האָט מען געהערט אַן עפּיזאָד פֿון אַ 49־יאָריקער פֿרוי וועלכע איז געפֿאַלן און זיך צעקלאַפּט דעם קאָפּ נאָך דעם וואָס אַ 20־יאָריקער וועלאָסיפּעדיסט האָט זי איבערגעפֿאָרן מיט זײַן עלעקטרישן ביציקלעט.

ביסלעכווײַז זעט מען סימנים, אַז דער מצבֿ גייט זיך פֿאַרבעסערן. אין מערץ האָט די ביוראָ פֿונעם אַדוואָקאַט אילן קענער דערלאַנגט דעם געריכט אַ קאָלעקטיוון אָנקלאָג קעגן דער מדינה צוליב דעם וואָס זי דערלאָזט קלייטן פֿון עלעקטרישע ביציקלעטן צו פֿאַרקויפֿן אַזאַ סחורה אָן אַקצידענט־פֿאַרזיכערונג. דער אָנקלאָג טענהט, אַז די פֿוסגייערס וואָס ווערן פֿאַרוווּנדיקט האָבן נישט קיין מיטל קאָמפּענסירט ווערן נאָך אַן אַקצידענט, אויב זיי זײַנען אונטער 18 יאָר אַלט אָדער אַרבעטער אויפֿן וועג צו דער אַרבעט. דעם ערשטן אַפּריל איז פֿאָרגעלייגט געוואָרן אַ נײַ געזעץ מיטן ציל צו פֿאַרבעסערן די זיכערהײט פֿון די טראָטואַרן. דאָס געזעץ וועט פֿאַרפֿליכטן די שטעט פֿון מדינת־ישׂראל צו קעמפֿן קעגן יענע, וואָס פֿאָרן צו גיך אויף די טראָטואַרן און אויך געבן די שטעט 500 מיליאָן שקל צו בויען ביציקלעט־סטעזשקעלעך.

צום סוף, האַלט איך אַז די איינציקע לייזונג איז צו טאָן ווי מײַן היימשטאָט ניו־יאָרק: פּשוט פֿאַרווערן עלעקטרישע ביציקלעטן. אויב מען וויל פֿאָרן ווי אַ מאָטאָרציקל זאָל מען קריגן אַ דערלויבעניש און פֿאָרן מיט אַ מאָטאָרציקל. אויב מען וויל פֿאָרן אויף אַ געוויינטלעכן ביציקלעט, זאָל מען קויפֿן אַ ביציקלעט און זיך בנוגענען מיט דעם. דער הײַנטיקער דוחק פֿון ישׂראלדיקע געזעצן איבער די עלעקטרישע ביציקלעטן איז פּשוט אַ חרפּה און אַ בושה.