אַ ריי געשעענישן ווערן די וואָך געווידמעט דער טעמע פֿון חסידי־אומות־העולם. אין דער מעמאָריאַלער שיל אין מאָסקווע איז פֿאָרגעקומען אַ צערעמאָניע אין אָנדענק פֿון די פּאָליאַקעס וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן בעת דער מלחמה, און אין זעקס שטעט פֿון רוסלאַנד ווערט דורכגעפֿירט אַ קינאָ־פֿעסטיוואַל מיטן נאָמען „האַנט־דרוק‟, געווידמעט ניקאָלאַי קיסעליאָוו, אַ סאָוועטישער פּאַרטיזאַנער, וואָס האָט אַרויסגעפֿירט אויף דער סאָוועטישער טעריטאָריע 200 ייִדן. דער פֿעסטיוואַל ווערט געשטיצט פֿון דער „ייִדישער נאַציאָנאַל־קולטורעלער אויטאָנאָמיע‟. זײַן פּראָגראַם שליסט אײַן פֿילמען וועגן די באַציִונגען צווישן פֿעלקער.
ניט לאַנג נאָך דעם ווי די ייִדן האָבן געפּראַוועט פּורים — אַ טאָג פֿון וויצן און געלעכטער — איז געקומען דער 1טער אַפּריל, „דער טאָג פֿונעם נאַר‟. דער צענטער פֿון ייִדישע און תּנ״כישע לימודים בײַם רוסלענדישן מלוכישן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט האָט דורכגעפֿירט אַ וויציקע קאָנפֿערענץ, „אַ צײַט צו לאַכן, אָדער לאַכן־יסוד אין דער רעליגיעזער קולטור‟, וואָס וואָלט אויך גוט געפּאַסט פֿאַר פּורים. די רעפֿעראַטן זענען געווען געווידמעט לעכערלעכע עלעמענטן אין טראַדיציאָנעלע רעליגיעס — קודם־כּל, אין יהדות; וועגן סאַטירע אין רעליגיעזן דיסקורס; וועגן דעם ווי פֿאַרשיידענע גרופּעס ייִדן מאַכן חוזק איינע פֿון דער אַנדערער, און אַזוי ווײַטער.
לעבן מאָסקווע, אין קאָטעלניקי, האָט זיך געעפֿנט אַ נײַע שיל פֿון ספֿרדישן נוסח, „בית ספֿרדי‟. דאָס איז אַ גאַנצער רעליגיעזער צענטער: אַחוץ דער שיל, זענען דאָ קלאַסן, זאַלן און אַ קאַפֿעטעריע. געשטיצט דאָס שאַפֿן פֿונעם צענטער האָט דער פּרעזידענט פֿון דער „אַסאָציאַציע פֿון באַרג־ייִדן‟, גערמאַן זאַכאַריאַיעוו. אויף דער צערעמאָניע זענען געקומען עטלעכע אָנגעזעענע רבנים, בתוכם דער הויפּט־רב פֿון מאָסקווער ליטוואַקישער קהילה ר׳ פּנחס גאָלדשמיט.
אין מאָסקווע גרייט מען צו אַ גאָר אומגעוויינטלעכע פּרעמיערע — לכּבוד 25 יאָר זינט מע האָט אָנגעקניפּט דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און מדינת־ישׂראל, וועט אין מאָסקווער קאָנסערוואַטאָריע און אין מאָסקווער פֿילהאַרמאָניע אויסגעפֿילט ווערן אַן אָראַטאָריע „עקסאָדוס טריאַדע‟, געשריבן פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר יורי שערלינג. די אָראַטאָריע איז געשאַפֿן פֿאַר אַ כאָר, אַ פֿאָרלייענער, אַ טענאָר, אַ סאָפּראַן און אַ סימפֿאָנישן אָרקעסטער. זי איז אַ פּרוּוו צו באַזיניקן די ייִדישע געשיכטכע דורך דעם מעטאַפֿאָר פֿון יציאת־מצרים; דערפֿאַר הייסט די אָראַטאָריע „עקסאָדוס‟. אויף דער בינע — פֿאַרשיידענע עפּיזאָדן און תּקופות פֿון דער ייִדישער געשיכטע, פֿון קנעכטשאַפֿט אין מצרים ביזן חורבן. די ליברעטאָ האָט אָנגעשריבן דער דירעקטאָר פֿון פֿאָרש־צענטער בײַם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי — אורי הערשאָוויטש. די אָראַטאָריע וועט אויסגעפֿילט ווערן אין מאָסקווע פֿונעם מלוכישן אַקאַדעמישן אָרקעסטער און מאָסקווער אַקאַדעמישן קאַמער־כאָר, און נאָך דעם וועט זי פֿאָרגעשטעלט ווערן אין אייראָפּע, אַמעריקע און ישׂראל.
אַ גאָר אומדערוואַרטע ידיעה: דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטער „שלום‟ איז געוואָרן אַ מיטגליד פֿון אינטערנאַציאָנאַלן טעאַטער-אינסטיטוט בײַ „אונעסקאָ‟. פֿאַרן מאָסקווער ייִׅדישן טעאַטער, וואָס געפֿינט זיך אויף אַ גאָר נידעריקן עסטעטישן ניוואָ, איז דאָס זייער אַ וויכטיקע דערגרייכונג.
און די לעצטע ידיעה אויף הײַנט: דער ייִדישער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ האָט אַרויסגעגעבן אַ נײַ בוך אין דער סעריע „ייִדישע געשיכטע‟. דאָס איז אַ זאַמלונג אַרטיקלען וועגן פּאָגראָמען אין רוסלאַנד, 1881—1921. דאָס זאַמלבוך האָבן צונויפֿגעשטעלט דזש. קליער און ש. לאַמבראָזאַ. עס ווערן אַנאַליזירט מיטאָסן וואָס זענען שייך די פּאָגראָמען, און די השפּעה, וואָס פּאָגראָמען האָבן געהאַט אויף דער ייִדישער געשיכטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.