לוויוו, אוקראַיִנע. — לעבן די חורבֿות פֿון „די גאָלדענע רויז‟, אַן אָמאָליקע שיל דאָ געבויט אינעם 16טן יאָרהונדערט, שטייט אַ רעסטאָראַן מיטן אוקראַיִנישן נאָמען, „פּיד זאָלאָטאָיו ראָזאָיו‟ („בײַ דער גאָלדענער רויז‟).
הגם דער רעסטאָראַן איז באַקאַנט פֿאַר זײַן „ייִדישלעכן‟ כאַראַקטער, איז דער צוגאַנג גאָר אַן אַנדערער ווי אַ כּשרער דעלי אין מיאַמי־ביטש אָדער אַ בייגל־בעקערײַ אין מאָנטרעאָל. זינט דאָס געשעפֿט האָט זיך געעפֿנט אין 2008, האָט מען עס באַשולדיקט אין פֿאַרשפּרייטן אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן. האָב איך, בעת אַ באַזוך לעצטנס אין לוויוו, באַשלאָסן אַליין אַרײַנצוגיין אויף וועטשערע.
דאָס אָרט איז קליין און פֿינצטער, מיט אַ נידעריקער סטעליע. נישטאָ קיין פֿענצטער און עס שטייען בלויז נײַן טישלעך. אויף די ווענט הענגען אַפֿישן פֿון אַמאָליקן ייִדישן טעאָטער, וואָס גיט דעם אָרט טאַקע אַ ייִדישן כאַראַקטער, כאָטש דער רעסטאָראַן סערווירט אויך נישט־כּשרע פּאָטראַוועס ווי קראָליק־נירן.
נאָכן אַוועקזעצן זיך מיטן מעניו, האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס דער רעסטאָראַן ווערט אַזוי שטאַרק קריטיקירט. קיין פּרײַזן ווערן נישט אָנגעצייכנט פֿאַר די מאכלים ווײַל, ווי עס דערקלערט מיר דער נישט־ייִדישער קעלנער (ער רופֿט זיך משה, כאָטש זײַן אמתער נאָמען איז וולאָדימיר): „ס׳איז אַ ייִדישע טראַדיציע נאָכן עסן זיך צו דינגען וועגן דעם פּרײַז.‟
משה איז אַוועק אין קיך און איך האָב זיך אַרומגעקוקט. אויף די טישלעך זענען געלעגן פֿאַרפֿלעקטע געשטריקטע טישטעכער. אויף אַ ריזיקן עקראַן האָט מען געוויזן בילדער פֿון לוויוו אין די 1930ער (די אַמאָליקע לעמבעריק), ווען עס האָבן דאָרט געוווינט 110,000 ייִדן — אַ דריטל פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג.
אין יענע יאָרן האָט די שטאָט געשפּרודלט מיט ייִדישע אינסטיטוציעס און אַקטיוויטעטן: „די גאָלדענע רויז‟ איז געווען איינע פֿון די שענסטע שילן אין אייראָפּע. עס האָבן עקזיסטירט פֿינף ייִדישע פֿאַרלאַגן; אַ ריי טאָג־צײַטונגען פֿאַר ייִדן ווי דער „טאָגבלאַט‟ (אויף ייִדיש), און Chwila (אויף פּויליש); זעקס ייִדישע שולן און אַ סך קליינע חדרים און ישיבֿות.
אַלץ איז געקומען צו אַ סוף ווען די דײַטשן האָבן אַרײַנמאַרשירט אין 1941. אין 1943 האָבן די נאַציס אויפֿגעריסן די שיל. בלויז עטלעכע הונדערט ייִדישע אײַנוווינער האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, און הײַנט באַטרעפֿט די ייִדישע קהילה בערך 1,200 נשפֿות.
קלערנדיק וועגן דער טרויעריקער געשיכטע פֿון מײַן פֿאָלק, האָב איך דערזען ווי משה קערט זיך אום מיט אַ שיסל און אַ קופּערנער קרוג. אויפֿן קאָפּ האָט ער געטראָגן אַ שוואַרצן הוט מיט צוגעטשעפּעטע פֿאַלשע פּאות.
„ס׳איז אַ ייִדישע טראַדיציע זיך צו וואַשן פֿאַרן עסן,‟ האָט ער דערקלערט. „מיר זענען אַ ריין פֿאָלק, ווי איר קענט דאָך זען,‟ האָט ער געזאָגט מיט אַן איראָנישן שמייכל, ווײַזנדיק אויפֿן פֿאַרפֿלעקטן מעבל אין צימער.
שפּילנדיק די ראָלע פֿון אַ טוריסט, האָב איך געגעבן אַ שמייכל און געפֿרעגט, צי מע סערווירט דאָ חזיר־שניצל.
„ניין!‟ האָט משה אויסגערופֿן. „ייִדן עסן נישט קיין חזיר!‟
איבער מיזרח־אייראָפּע קען מען געפֿינען אַ צאָל אַזוינע רעסטאָראַנען, אַפֿילו אין קוזמיר, דער ייִדישער קוואַרטאַל פֿון דער פּוילישער שטאָט קראָקע. אין קיִעוו געפֿינט זיך אַ רעסטאָראַן Cimes („צימעס‟), וואָס איבער דער טיר ווערט געשילדערט אַ קאַריקאַטור פֿון אַ ייִד מיט אַ קרומער נאָז.
„די גאָלדענע רויז רעסטאָראַן‟ ווערט אָבער פֿאַרדאַמט צום מערסטן. מלך שוחט (אַרויסגערעדט „שייכעט‟), דער אוקראַיִנער דירעקטאָר פֿונעם „פֿאַראיין פֿון ראָטן פֿאַר ייִדן אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאָרבאַנד‟, האָט מיר געזאָגט, אַז דער רעסטאָראַן „לעגיטימיזירט אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן‟.
אַדרי כודאָ, איינער פֿון די אייגנטימער פֿונעם רעסטאַראַן, לייקנט עס נישט. „אפֿשר ניצן מיר טאַקע אויס סטערעאָטיפּן, אָבער דעם עולם געפֿעלט עס,‟ האָט ער געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיט „איי־פּי‟. „די אוקראַיִנער האָבן אַליין ליב זיך צו דינגען. ס׳איז בכלל נישט קיין באַליידיקונג.‟
בעת מײַן וויזיט, האָט אַ גרופּע יונגע אוקראַיִנער בײַם באַר זיך צעלאַכט ווען דער באַרשענקער האָט זיי געזאָגט, אַז די פֿלוימען־משקה, וואָס זיי טרינקען, האָט מען אויסגעקוועטשט פֿון די פּאות בײַ ייִדן.
איך האָב געפֿרעגט איינע פֿון דער גרופּע, צי זי האָט אַ מאָל געהערט, אַז די ייִדן האַלטן דעם רעסטאָראַן פֿאַר אַ באַליידיקונג. „כ׳האָב קיין מאָל נישט געטראָפֿן קיין ייִד, ווייס איך נישט,‟ האָט די פֿרוי, מאַרינאַ, געענטפֿערט.
ווען ס׳איז אָנגעקומען דער טשעק פֿאַר מײַן מאכל — געדעמפּטע פֿלייש מיט מאַמעליגע — איז געשטאַנען געשריבן 450 גריוונאַ — בערך $17, דרײַ מאָל מער וויפֿל עס וואָלט געקאָסט אין אַנדערע ערטער אין לוויוו. כ׳האָב געזאָגט משהן, אַז כ׳בין גרייט צו באַצאָלן 30% ווייניקער, האָט משה געענטפֿערט: „כ׳וועל אײַך געבן אַ הנחה אויב איר זינגט אַ ליד אויף ייִדיש.‟
כ׳האָב אַ קלער געטאָן און אָנגעהויבן זינגען הירש גליקס „די פּאַרטיזאַנער הימנע‟. ווי אַ סך ישׂראלים, האָב איך זיך אין שול אויסגעלערנט דאָס ליד אויף העברעיִש, אָבער איין סטראָפֿע האָב איך געקענט אויף ייִדיש, אַ דאַנק מײַן לוויוו־געבוירענעם בר־מיצווה לערער.
„זאָג נישט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג, כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג,‟ האָב איך געזונגען, אָבער דערנאָך האָב איך געמוזט אַריבער אויף העברעיִש ווײַל איך האָב מער נישט געדענקט דעם טעקסט אין דער שפּראַך, וואָס די נאַציס האָבן געפּרוּווט אויסצומעקן.
זינגענדיק, האָט מײַן קול דערשטיקט אַ טרער, אָבער משה האָט עס נישט באַמערקט.
„זייער שיין,‟ האָט ער געזאָגט, און אַראָפּגערעכנט 50 גריוונאַ פֿונעם חשבון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.