מאַשע ראָלניק, אַ ווילנער־געבוירענע ייִדישע שרײַבערין און אַקטיווע כּלל־טוערין אינעם ייִדישן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן אין פּעטערבורג, איז די וואָך ניפֿטר געוואָרן צו 88 יאָר. זי איז געווען די לעצטע ייִדישע שרײַבערין אין פּעטערבורג.
פֿרוי ראָלניק (ראָלניקײַטע אויף ליטוויש) איז צום בעסטן באַקאַנט פֿאַרן האַרץ־רײַסנדיקן ייִדישן טאָגבוך, וואָס זי האָט געפֿירט ווי אַ מיידל אין ווילנע אונטער די נאַציס, און וואָס איז שפּעטער איבערגעזעצט געוואָרן אויף 18 שפּראַכן.
אַן אויסצוג פֿונעם טאָגבוך קענט איר לייענען דאָ:
//yiddish2.forward.com/node/3923
פֿרוי ראָלניק איז געבוירן געוואָרן אין דער ליטווישער שטאָט קלײַפּעדע און ביז 1939 געוווינט אין פּלונגיאַן. איר פֿאָטער, הירש ראָלניקאַס, איז געווען אַן אָפֿיציר אין דער רויטער אַרמיי.
ווען די דײַטשן האָבן פֿאַרכאַפּט ווילנע אין 1941, האָט מען געצוווּנגען די ייִדן אין און לעבן דער שטאָט צו וווינען אין ווילנער געטאָ. מאַשען האָט מען איבערגעפֿירט אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער שטוטאָף, וווּ מע האָט איר געשטעלט צו דער אַרבעט אין דער קרעמאַטאָריע. אין אַ צווייטן לאַגער, אין שטראַסדענהאָף אין לעטלאַנד, האָט זי אָנגעשריבן אַ ליד, וואָס איז שפּעטער געוואָרן אַ קאַמפֿליד בײַ די פּאַרטיזאַנער.
נאָך דער מלחמה האָט זי גראַדויִרט פֿונעם „גאָרקי ליטעראַרישן אינסטיטוט‟ אין מאָסקווע, חתונה געהאַט און זיך אַריבערגעצויגן קיין לענינגראַד (הײַנט פּעטערבורג). זי האָט גוט געקענט דעם ייִדישן אַקטיאָר און רעזשיסאָר שלמה מיכאָעלס, און האָט אים געבעטן העלפֿן איר אַרויסגעבן אַ בוך פֿון אירע זכרונות, אָבערער האָט זיך אָפּגעזאָג. שפּעטער האָט מען איר דערקלערט, אַז ער האָט פּשוט מורא געהאַט, אַז בשעת סטאַלינס רדיפֿות וואָלט געווען אַ סכּנה צו פֿאַרעפֿנטלעכן אַזאַ בוך. אינעם יאָר 1948 האָט מען טאַקע דערהרגעט מיכאָעלס נאָכן דירעקרטן באַפֿעל פֿון סטאַלינען.
אין 1963, אַ יאָר פֿאַרן אַוועקפֿאָרן פֿון ווילנע קיין פּעטערבורג איז, סוף־כּל־סוף, פּובליקירט געוואָרן איר בוך זכרונות וועגן דער ווילנער געטאָ, „איך מוז דערציילן‟. שפּעטער האָט זי פֿאַרעפֿנטלעכט די זכרונות אויף ייִדיש און רוסיש, און זינט דעמאָלט איז עס שוין אַרויס אויף העברעיִש, פֿראַנצייזיש, איטאַליעניש און אַ צאָל אַנדערע שפּראַכן.
אין 2003 האָט פֿרוי ראָלניק געוווּנען דעם פּריז פֿון דער פּאַריזער פֿונדאַציע פֿאַרן חורבן־אָנדענק אויפֿן נאָמען פֿון יעקבֿ בוכמאַן.
און אָט איז אַן אוידיאָ, רעקאָרידירט אין די שפּעטע 1990ער יאָרן, וווּ זי דערציילט וועגן איר צײַט אין לאַגער און רעציטירט דאָס ליד, וואָס זי האָט אָנגעשריבן אין קאָנצענטראַציע־לאַגער:
מאַשע ראָלניק דערציילט וועגן איר לעבן אין געטאָ אין דעם „יוטוב‟ אַרויפֿגעשטעלט אין יולי 2013:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.