אַ שאָפֿערס אומדערוואַרטער ייִחוס

A Cab Driver's Unexpected Family History


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published April 10, 2016, issue of April 29, 2016.

אַז מע וווינט אין ניו־יאָרק איז עס גרינג צו פֿאַרגעסן ווי אַנדערש עס איז די שטאָט אין פֿאַרגלײַך מיטן איבעריקן טייל פֿונעם לאַנד. אַמעריקע איז גאַנץ פֿאַרשידנאַרטיק און די ווערטן פֿון איין שטאַט און אַפֿילו איין טייל פֿון איין שטאַט קענען זײַן גאַנץ אַנדערש פֿון די ווערטן אין אַן אַנדער אָרט. דערפֿאַר איז עס כּדאַי אַמאָל אַרויסצופֿאָרן פֿונעם „קולטורעלן בלעזל‟ וואָס הייסט ניו־יאָרק און צו פֿאַרברענגען צײַט אין עפּעס אַן אַנדער אָרט, וווּ דאָס לעבן פֿירט זיך אויף אַן אַנדער שטייגער. בפֿרט אַז מע איז אַ זשורנאַליסט.

לעצטנס בין איך געפֿאָרן אויף אַ פּאָר טעג אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, וווּ איך האָב אַ מאָל געאַרבעט צוויי יאָר בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. אַמהערסט, אַזוי ווי דער גאַנצער „פּיאָנערישער טאָל‟ אינעם מערבֿדיקן טייל פֿונעם שטאַט, פֿאַרמאָגט אַן אייגנאַרטיקע קולטור, וואָס איז אַ געמיש פֿון אַ פּאָר היפּוכדיקע פֿאַקטאָרן. קודם, ניט געקוקט אויף די פֿינף קאָלעדזשעס, וואָס געפֿינען זיך דאָרטן, איז דער אַרום גאַנץ דאָרפֿיש און זייער אַ סך מענטשן אַרבעטן אויף די אָרטיקע פֿאַרמען. צוליב אָט די פֿאַרמען פֿילט מען געוויסע ענלעכקייטן צו די דרומדיקע שטאַטן און טיילן פֿון פּענסילווייניע, אָהײַאָ אָדער אײַאָוואַ: מע הערט זיך צו צו „קאָנטרי‟־מוזיק, מע טאַנצט „קוואַרראַט־טענץ‟ און די געשעפֿטן פֿאַר ספּאָרטלער פֿאַרקויפֿן ביקסן גלײַך לעבן די בייסבאָל־הענטשקעס. מענטשן האָבן ליב צו פֿאַרברענגען אין וואַלד און די אָרעמע־לײַט דאָרטן שיסן הירשן, ניט סתּם אויף צו־להכעיס, נאָר ווײַל זיי האָבן ניט גענוג געלט אויף וואָס צו עסן און צוויי אָדער דרײַ הירשן קענען אויסהאַלטן אַ משפּחה דורכן שווערן ווינטער.

פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דער „פּיאָנערישער טאָל‟, להיפּוך צו די סטערעאָטיפּישע דאָרפֿישע ערטער, זייער לינק־געשטימט. אַ טייל פֿון דעם איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ השפּעה פֿון די פֿינף ליבעראַלע קאָלעדזשעס, וואָס געפֿינען זיך דאָרטן, אָבער אַפֿילו אָן זיי זענען די „פּיאָנערישע טאָלניקעס‟ בדרך־כּלל מער ענלעך פּאָליטיש צו די מענטשן אין ווערמאָנט, איידער ניו־יאָרק, שוין אָפּגערעדט פֿון טעקסאַס אָדער פּענסילווייניע. דאָרטן דעבאַטירט די פֿאַרוואַלטונג פֿונעם שטעטל ניט בלויז וועגן דעם, ווען און ווי אַזוי מע זאָל קענען אַריבערפֿירן די קי אויף די וועגן, נאָר אויך וועגן דעם, צי מע זאָל דערמוטיקן די געשעפֿטן צו בײַטן דעם נאָמען פֿון די „פֿרויען־קלאָזעט‟ אויף „קלאָזעטן אָן אורינאַלן‟ ווײַל דאָס איז, אַ פּנים, מער „פּאָליטיש־קאָרעקט‟.

אַחוץ פּאָליטיק איז פֿאַראַן נאָך אַן אַנדערשקייט צווישן די מענטשן אינעם „פּיאָנערישן טאָל‟, און די מענטשן אין ניו־יאָרק: זיי האָבן ליב צו רעדן. אין ניו־יאָרק הערט מען זעלטן אַ וואָרט פֿון אַ פֿרעמדן מענטש און ווען יאָ, איז עס געוויינטלעך בלויז צוליב דעם, וואָס דער מענטש בעט געלט אויף דער אונטערבאַן. אין אַמהערסט, אָבער, טרעפֿט עס ניט זעלטן, אַז מע זעצט זיך אַוועק אויפֿן אויטאָבוס און עמעצער הייבט גלײַך אָן צו דערקלערן, אָן קיין שום „שלום־עליכם‟ אָדער „ווי הייסט איר‟, פֿאַר וואָס ער האָט זיך געדאַרפֿט גטן מיט זײַן ערשטער פֿרוי אָדער וועגן עפּעס אַן אַנדער גאָר פּריוואַטן ענין. ס׳איז אַזאַ מין אָרט, וווּ יעדער האָט אַ געשיכטע, אַ פּליאָטקע אָדער עפּעס אַ משל, וואָס ער וויל מיטטיילן און אַז מע איז דער איינציקער מענטש דערבײַ, דאַרף מען אים אויסהערן, צי מע וויל, צי ניט.

נאָכן פֿאַרברענגען אַ מאָלצײַט אין אַן אָרטיקער פֿאַרם מיט אַ פֿרײַנדינע, וואָס אַרבעט בײַם „ביכער־צענטער‟ האָב איך אָנגעקלונגען אַ טאַקסי־פֿירמע, כּדי מיך צו פֿירן ביז דער „גרייהאונד‟־סטאַנציע. די טאַקסיס אין אַמהערסט זענען אין גאַנצן ניט ענלעך צו די טאַקסיס אין ניו־יאָרק. קודם, קען מען זיי ניט אָפּשטעלן גלײַך אויף דער גאַס און צווייטנס, זענען זיי ניט ספּעציעלע געלע אָדער גרינע אויטאָס, נאָר סתּם די פּערזענלעכע אויטאָס פֿון די שאָפֿערן, צו מאָל מיט עפּעס אַן אויפֿשריפֿט צוגעשעפּעט צום „ווינטשויב‟, מע זאָל וויסן, אַז ער איז דער ריכטיקער טאַקסי.

ווי עס פֿירט זיך אין יענע קאַנטן, איז דער טאַקסי געקומען מיט אַ האַלבער שעה שפּעט, אַזוי שפּעט אַז ס׳האָט מיר געדאַכט, אַז איך וועל פֿאַרפֿעלן דעם אויטאָבוס און דערפֿאַר מוזן וואַרטן נאָך דרײַ שעה אויפֿן קומענדיקן. צוליב דער פֿאַרשפּעטיקונג בין איך געווען, פֿאַרשטייט זיך, גאַנץ ברוגז אויפֿן דיספּאַטשער. ווען דער שאָפֿער האָט אָנגעהויבן פּלאַפּלען וועגן זײַנע מיינונגען לגבי די פּרעזידענט־וואַלן האָב איך פּרובירט צו זײַן איידל און צו כאָטש מאַכן דעם אָנשטעל, אַז איך הער זיך צו. ווען איך האָב אָבער אַנטדעקט, אַז דער דיספּאַטשער און דער שאָפֿער זענען דווקא געווען דער זעלביקער מענטש, (דאָס הייסט אַז ער האָט געענטפֿערט דעם טעלאָפֿאָן בשעתן פֿירן און איז אַליין דערנאָך געגאַנגען אָפּצונעמען די פּאַסאַזשירן) האָב איך מער ניט געהאַט קיין געדולד אויסצוהערן זײַנע אויספֿירן וועגן די מעלות און חסרונות פֿון די קאַנדידאַטן. איך האָב אַפֿילו אויפֿגעהערט צו ענטפֿערן אויף זײַנע פֿראַגעס וועגן מײַן מיינונג איבער קלינטאָן, טראָמפּ און בערני סאַנדערס.

ווען ער האָט מיך אָבער געפֿרעגט, וווּ איך וווין און מיט וואָס איך באַשעפֿטיק זיך האָב איך אים דערציילט, אַז איך וווין אין ניו־יאָרק און אַרבעט פֿאַר אַ צײַטונג.

„וואָס פֿאַר אַ צײַטונג?‟ האָט ער געפֿרעגט.

„זי הייסט ׳דער פֿאָרווערטס׳‟, האָב איך געענטפֿערט, האָפֿנדיק, אַז דאָס וועט שוין ברענגען אַ סוף צו דער דיסקוסיע.

„אָ‟, האָט ער געזאָגט מיט אַן אומדערוואַרטער באַקאַנטשאַפֿט. „דאָס איז דאָך די ייִדיש־שפּראַכלעכע צײַטונג. איך קען זי. ס׳איז דאָ אַן אַרטיקל וועגן מײַן זיידן אינעם ׳פֿאָרווערטס׳, ווײַל ער איז געווען אינעם ׳עס־עס־איינהייט׳‟.

„דער ׳עס־עס׳?‟ האָב איך געזאָגט אַ דערשטוינטער, פֿאָרשטעלדניק זיך, ווי זײַן זיידע דערשיסט ייִדן אין אַ מאַסן־גרוב ערגעצוווּ אין פּאָדאָליע אָדער שרײַט באַפֿעלן אין אַ פֿאַרניכטונגס־לאַגער אין גאַליציע אָדער דײַטשלאַנד.

„ניין, חלילה ניט‟, האָט ער געענטפֿערט. „דו פֿאַרשטייסט ניט. ניט דער פֿאַרשאָלטענער ׳עס־עס׳, נאָר אַ באַהאַלטענע איינהײַט פֿון דער אַמעריקאַנער אַרמיי, וואָס האָט געהאַט די מיסיע זיי צו פֿאַרכאַפּן. מײַן זיידע האָט פּערזענלעך אויסגעקוילעט אַ פּאָר פֿון יענע ממזרים און ס׳האָט אים שטענדיק באַנג געטאָן, וואָס ער האָט ניט געקענט אויסהרגענען וואָס מער, ווײַל ער איז אַליין געווען צווישן די ערשטע אַמעריקאַנער סאָלדאַטן, וואָס האָבן באַפֿרײַט דאַכאַו. דערפֿאַר האָט ער וואָלונטירט נאָכצויאָגן די ׳עס־עס׳־לײַט‟.

„וואָס האָט ער דיר דערציילט וועגן דעם?‟ האָב איך געפֿרעגט אַ דערשטוינטער.

„אַלצדינג‟, האָט ער געענטפֿערט. „נו, קודם וועגן דעם ׳פֿאָרווערטס׳ האָט מײַן פֿאָטער נאָך אַלץ דעם נומער מיט מײַן זיידנס בילד. אַ חבֿר זײַנער, אַ ייִד אין זײַן איינהײַט, האָט געקענט אַ זשורנאַליסט בײַם ׳פֿאָרווערטס׳ און דער זשורנאַליסט האָט באַשריבן זייער איינהײַט און געמאַכט אַ בילד פֿון זיי. די עכטע געשיכטע האָט מען אָבער ניט אין גאַנצן פֿאַרעפֿנטלעכט אין די דעמאָלטיקע צײַטונגען‟.

„וואָס הייסט?‟ האָב איך געפֿרעגט.

„מײַן זיידע האָט אַליין אין יענער צײַט ניט געוווּסט די גאַנצע געשיכטע. אָבער ווי עס טרעפֿט זיך, האָבן פֿאַרשידענע אָפֿיצירן אין דער אַרמיי, אַרײַנגערעכנט אײַזענהאַוער, געוואָלט כאַפּן די נאַצי־מערדער וואָס גיכער, ווײַל זיי האָבן מורא געהאַט, אַז דער OSS, וואָס איז געווען דער פֿאָרגייער פֿון דער CIA, האָט שוין געוואָלט אַרויסהעלפֿן געוויסע נאַציס, כּדי זיי זאָלן קאָלאַבאָרירן מיט די אַמעריקאַנער קעגן די סאָוועטן. און אַזוי האָבן זיי טאַקע געטאָן, למשל, מיט קלאַוס באַרבי, וואָס האָט שפּעטער זיי געהאָלפֿן צו דערהרגענען ׳טשע׳ גיוועראַ אין באָליוויע. דו ווייסט וועגן דעם?‟

„וועגן ׳טשע׳ ווייס איך ניט‟, האָב איך געענטפֿערט, „אָבער אַז די אַמעריקאַנער האָבן געהאָלפֿן באַרבי איז שוין ברייט באַוווּסט‟.

„ס׳זענען געווען ממש הונדערטער אַזעלכע‟, האָט ער דערקלערט. „מענטשן אין דער אַרמיי, הויך־ראַנגיקע, וואָס האָבן נאָר וואָס געהאַט פֿאַרלוירן פֿרײַנד, קעמפֿנדיק קעגן יענע ממזרים זענען ניט געווען צופֿרידן, וואָס אַנדערע אַמעריקאַנער העלפֿן זיי אויס. זענען געוויסע אָפֿיצירן געגאַנגען קעגן דעם און מײַן זיידע איז געווען איינער פֿון די סאָלדאַטן, וואָס איז אַרײַנגעפֿאַלן אין דעם אַלעם. ער האָט שטענדיק געהאַט חרטה, וואָס ער האָט נאָר געקענט דערהרגענען זיבן פֿון די ׳עס־עס׳־לײַט. ער האָט פֿאַרכאַפּט אַ טוץ אַנדערע אָבער דערהרגענען האָט זײַן איינהײַט בלויז זיבן‟.

דער שאָפֿער איז פֿאַרשוויגן געוואָרן און צוליב מײַן שאָק האָב איך אויך גאָרניט ניט געזאָגט. איך געדענק ניט פּינקטלעך דעם גאַנג פֿונעם רעשט פֿון אונדזער שמועס אָבער ווי עס פּאַסט פֿאַרן „פּיאָנערישן טאָל‟ האָט ער מיר דערציילט די געשיכטע פֿון זײַן לעבן. בקיצור, ער האָט 20 יאָר געפֿירט ריזיקע לאַסט־אויטאָס מיט פֿראַכט איבערן לענג און ברייט פֿון אַמעריקע. צוליב דעם, וואָס מע זיצט אַזוי לאַנג בײַם פֿירן אַזאַ „ביג־ריג‟ מיט 18 רעדער, איז ער געוואָרן גראָב און איז קראַנק געוואָרן מיט דיאַבעט. צוליב דעם איז ער אַהיימגעקומען צום „פּיאָנערישן טאָל‟, וווּ ער האָט באַקומען אַן אַרבעט פֿירנדיק טאַקסיס און האָט געקענט קאָכן גרינסן פֿון זײַן אייגענעם גאָרטן, אַנשטאָט צו עסן דעם „אָפּפֿאַל‟ וואָס „מאַקדאָנאַלדס‟ און אַנדערע „גיך־עסן‟־רעסטאָראַנען פֿאַרקויפֿן אין די אָפּרו־ערטער פֿאַר די שאָפֿערן פֿון די ריזיקע לאַסט־אויטאָס.

מיר האָבן זיך אָפּגעשטעלט פֿאַר דער „גרייהאונד‟־סטאַנציע. ער האָט אַ קוק געטאָן אויף מיר און געזאָגט, נאָך אַ מאָל אין גאַנצן אַרויסגעריסן פֿון קיין שום קאָנטעקסט, „און דערפֿאַר האָב איך אַזוי פֿיל מורא פֿאַר טראָמפּ. ווײַל אויב אַ פּאָר פֿאַרשאָלטענע ממזרים האָבן געקענט אײַנרעדן די דײַטשן אויסצוהרגענען די ייִדן איבער גאַנץ אייראָפּע, שטעלט זיך נאָר פֿאָר וואָס טראָמפּ וואָלט געקענט מאַכן דאָ אין אַמעריקע מיט די לאַטײַן־אַמעריקאַנער אָדער ווער עס זאָל ניט זײַן‟.

„איך מיין ניט‟, האָב איך געשטאַמלט, ווידער געפּלעפֿט, „אַז טראָמפּ וויל בכלל טאָן עפּעס אַזוי און איך גלייב ניט, אַז קיינער וועט אים סײַ־ווי־סײַ נאָכפֿאָלגן אויב יאָ‟.

„הערטס מיך נאָר אויס‟, האָט דער שאָפֿער געזאָגט. „איך האָב פֿאַרבראַכט צײַט אין כּמעט אַלע עקן פֿון לאַנד און גערעדט מיט מענטשן אומעטום. און צופֿיל פֿון זיי וואָלטן אים יאָ נאָכגעפֿאָלגט. איך האָב ניט קיין שום ספֿק וועגן דעם. מסתּמא וועט עס אים ניט געלונגען, ווײַל ער איז אַזאַ בולוואַן. אָבער ס׳איז דאָ אַ מעגלעכקייט, אַז ער וועט אינספּירירן אַנדערע, און זיי וועלן זײַן מסוגל איבערצורעדן גענוג מענטשן און שוין. אַ שאָד נאָר, וואָס סאַנדערס איז אַ ייִד און אַז ער איז ניט ייִנגער‟.

„וואָס הייסט?‟ האָב איך געפֿרעגט.

„ער וואָלט געקענט פֿאַרבעסערן דאָס לאַנד‟, האָט דער שאָפֿער געענטפֿערט. „נאָר ער איז אַ ייִד. און צופֿיל מענטשן אין מיטן פֿון אַמעריקע וועלן קיינמאָל ניט שטימען פֿאַר קיין ייִד. אַ שאָד. ווען ער וואָלט געווען אַ קריסט אין עלטער פֿון 60 יאָר וואָלטן מיר געקענט האָבן אַן אַנדער לאַנד. אָבער פֿאַרפֿאַלן‟.

איך האָב אָנגעהויבן צו טענהן, אַז סאַנדערס וועט ניט ווערן פּרעזידענט, ווײַל ער איז פּשוט צו לינק־געשטימט און ער רופֿט זיך אַ „סאָציאַליסט‟. „ס׳האָט גאָרניט צו טאָן מיט דעם, וואָס ער איז אַ ייִד‟, האָב איך אַרויסגעשטאַמלט.

„הלוואי‟, האָט ער געענטפֿערט. „אָבער צו פֿיל מענטשן זענען נאָך אַלץ ברוגז איבער דעם, וואָס אַ פּאָר ייִדן האָבן כּלומרשט אָפּגעגעבן יעזוסן די רוימער. דערפֿאַר וועט סאַנדערס ניט ווערן פּרעזידענט. הילערי וועט געווינען די נאָמינאַציע בײַ די דעמאָקראַטן און טראָמפּ וועט ווערן פּרעזידענט, ווײַל הילערי וועט אים זיכער ניט קענען באַזיגן, און ס׳וועט ווערן בײַ אונדז גרויזאַמע טעג. אַ שאָד נאָר, וואָס מײַן זיידע איז מער ניטאָ צו באַקעמפֿן די פֿאַשיסטן. איך קען ניט קעמפֿן. איך פֿיר בלויז אַ טאַקסי און רעד צופֿיל‟.

דעמאָלט איז אָנגעקומען מײַן אויטאָבוס, פֿאַרשפּעטיקט מיט אַ האַלבער שעה, ווי עס פּאַסט פֿאַרן „פּיאָנערישן טאָל‟. איך האָב זיך געזעגנט מיטן פּעסימיסטישן שאָפֿער מיטן אומדערוואַרטן ייִחוס און איך בין אַרויף אויפֿן אויטאָבוס. איך בין אין גיכן אײַנגעשלאָפֿן און ס׳האָט זיך מיר געחלומט בייזע חלומות פֿון אַמעריקאַנער סאָלדאַטן אין דאַכאַו, פֿון באַרבי אין די דזשאָנגלען פֿון באָליוויע צוזאַמען מיט דער „סי־אײַ־איי‟ און פֿון דאָנאַלד טראָמפּס שטורעם־סאָלדאַטן, וואָס אַרײַנשטעלן מעקסיקאַנער אין אַ לאַגער ערגעץ אין מידבר. איך האָב זיך געמוטשעט מיט אַזעלכע קאָשמאַרן ביז איך בין בשלום צוריק אין ניו־יאָרק.