פּאַוועל דעמירסקי איז זייער אַ פֿאַרנומענער דראַמאַטורג די טעג. פֿאַר וואָס? די פּרעמיערע פֿון אַ נײַעם „מיוזיקל‟ אינעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער איז נעענטער ווי ווײַטער, און דער טעקסט איז נאָך נישט אין גאַנצן פֿאַרטיק.
דער מיוזיקל פֿאַרנעמט זיך מיטן טראַגישן חודש מאַרץ 1968, ווען אַ סך ייִדן זענען אַנטלאָפֿן פֿון פּוילן בשעת דער גרויסער אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע פֿון דער קאָמוניסטישער מלוכה.
די אַקטיאָרן דערציילן, אַז דער טעקסט איז זייער אַ געלונגענער.
די אַנטי־ייִדישע קאַמפּאַניע איז אָפֿיציעל נישט געווען קיין אַנטיסמיטישע, נאָר כּלומרשט אַן אַנטי־ציוניסטישע. די צרה איז אָבער געווען אַז מען האָט ארויסגעוואָרפֿן פֿון זייערע לערן־ און אַרבעטפּלעצער ייִדן, וואָס זענען אין גאַנצן נישט געווען קייין ציוניסטן. זיי זענען געווען פּראָסט־פּשוט ייִדן.
אַ טייל פֿון זיי האָבן אַפֿילו נישט געוווּסט, אַז זיי זענען ייִדן.
אַ סך פֿון זיי האָבן בכלל נישט עמיגרירט קיין ישׂראל, נאָר קיין שוועדן. נאָך אַ באַווײַז, אַז זיי זענען געווען קנאַפּע ציוניסטן.
שוועדישע סאָציאָלאָגן האָבן דעמאָלט געפֿירט אַנקעטעס צווישן די פּוילישע ייִדישע אימיגראַנטן. אַן ערך אַ דריטל פֿון זיי האָבן דערקלערט, אַז זיי זענען אַנטלאָפֿן פֿון פּוילן פּשוט ווײַל זיי האָבן מורא געהאַט פֿאַר זיך אַליין און פֿאַר זייערע קינדער. לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז דאָס איז געווען בלויז 22 יאָר נאָכן קעלצער פּאָגראָם. נאָך אַ דריטל האָבן עמיגרירט ווײַל פֿון הײַנט אויף מאָרגן האָבן זיי נישט געהאַט פֿון וואָס צו לעבן. פּראָפֿעסאָרן און דאָקטוירים, אינזשענירן און סתּם אַרבעטער האָט מען אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דער אַרבעט נאָר ווײַל זיי זענען געווען ייִדן.
אגבֿ, די אַנטיסעמיטישע מלוכה האָט דעמאָלט פֿאַרגעסן צו דערמאָנען דעם פֿאַקט אַז די פֿופֿציק טויזנט ייִדן וואָס האָבן געלעבט אין פּוילן ביז 1968 זענען געבליבן אין פּוילן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה צוליב אַ פּשוטער סיבה: זיי זענען נישט געווען קיין ציוניסטן.
די פּאָליאַקן באַקלאָגן זיך, אַז הגם זיי האָבן נישט קאָלאַבאָרירט מיט די דײַטשן ווי, למשל, די אוקראַיִנער, ליטווינער און אַ סך אַנדערע, לייענט מען אין דער וועלט־פּרעסע בכלל און אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע בפֿרט וועגן די אַזוי גערופֿענע „פּוילישע טויטלאַגערן‟.
די פּאָליאַקן טענהן ווײַטער, אַז כאָטש אַ גרויסע צאָל טויטלאַגערן זענען טאַקע געבויט געוואָרן אויף דער פּוילישער ערד זענען זיי, פֿון דעסט וועגן, געווען דײַטשע און נישט קיין פּוילישע לאַגערן.
איז ראשית־כּל, ווי ווינסטאָן טשערטשיל האָט זיך אַמאָל געוויצלט, רעדן די אַמעריקאַנער אַ שפּראַך, וואָס האָט אָפֿט מאָל מיט ענגליש ווייניק צו טאָן.
נעמט למשל דעם אויסדרוק „פּוילישע וויצן‟. קינד־און־קייט ווייסן, אַז Polish jokes זענען נישט קיין פּוילישע וויצן, נאָר פֿאַרקערט, וויצן וואָס מאַכן חוזק פֿון די פּאָליאַקן. הכּלל, די אַמעריקאַנער זענען נישט מקפּיד וואָס שייך דער סעמאַנטיק פון דער ענגלישער שפּראַך. זיי רעדן ווי סע געפֿעלט זיי און שוין.
די זעלבע מעשׂה קומט פֿאָר מיט די טויטלאַגערן ווי אוישוויץ, טרעבלינקע און אַנדערע. פֿאַר אַ סך אַמעריקאנער איז „פּויליש‟ בלויז א געאָגראַפֿישער טערמין. אַ לאַגער וואָס געפֿינט זיך אין פּוילן איז אַ פּוילישער לאַגער און שוין.
והשנית — און דאָ שטויסן מיר אויף אַ גרעסערער פּראָבלעם — די פּאָליאַקן זענען כאָטש טיילווײַז אַליין שולדיק אין דעם וואָס מען דערמאָנט נישט די דײַטשן אין שײַכות מיטן ייִדישן חורבן אין פּוילן.
דעם 19טן אַפּריל מערקן מיר אָפּ דעם 73סטן יאָרטאָג פֿונעם אויפֿשטאַנד אין דער וואַרשעווער געטאָ. אין אַלע פּובליקאַציעס פֿון די פֿאַרשיידענע טרויער־אַקאַדעמיעס ווערן די דײַטשן נישט דערמאָנט.
כּל־זמן פּוילן איז געווען קאָמוניסטיש האָט די רעגירונג פֿאַרווערט צו נוצן דעם אַטריבוט „דײַטש‟ אין שײַכות מיט דער צווייטער וועלט־מלחמה. די סיבה — די מזרח־דייטשן זענען געווען אונדזערע חבֿרים. במילא זענען זיי געווען, לויט דער מלוכישער פּראָפּאַגאַנדע, ריין ווי אַ טרער. בכלל, לויט די קאָמוניסטן, איז די וועלט געטיילט נישט אויף פֿעלקער, נאָר אויף קלאַסן. איז ווי קען איין פֿאָלק דערמאָרדן דעם צווייטן? שלעכט זענען געווען נישט די דײַטשן נאָר די רעכטע, די אַנטי־קאָמוניסטישע דײַטשן, די פֿאַשיסטן.
בכלל איז די צווייטע וועלט־מלחמה נישט געווען קיין מלחמה צווישן דײַטשלאַנד און רוסלאַנד, נאָר אַ קאַמף צווישן די סאָציאַליסטן און די פֿאַשיסטן. אַגבֿ, דער שפּאַנישער דיקטאַטאָר פֿראַנציסקאָ פֿראַנקאָ איז געווען אַ פֿאַשיסט אבער ער איז נישט געווען קיין אַנטיסעמיט. שאַרל דע׳גאָל איז נישט געווען קיין פֿאַשיסט אָבער יאָ אַן אנטיסעמיט. אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.
די טעג ווילן די פּאָליאַקן נישט באַלײדיקן די דײַטשן צוליב אַן אַנדערער סיבה. די דײַטשן זענען די גאַנצע באַלעבאַטים פֿונעם אייראָפּעישן פֿאַראיין און זיי זענען אויך פּוילנס וויכטיקסטע האַנדל־שותּפֿים.
דער פּאָפּולערסטער אַטריבוט פֿאַר די, וואָס האָבן דערמאָרדעט אונדזער פֿאָלק איז דערפֿאַר, חלילה, נישט קיין דײַטשן, נאָר „היטלעריסטן‟. מיטן אמת האָט עס ווייניק צו טאָן. היטלער, ווי מיר אַלע ווייסן, להיפּוך צו סטאַלינען, איז דערוויילט געוואָרן אין פרײַע דעמאָקראַטישע וואַלן. הייסט עס, אז די נאַציס האָבן יאָ אַ שטיקל שײַכות מיט די דײַטשן.
אויב די דײַטשן האָבן נישט פֿאַרגאַזט ייִדישע קינדער, דאַרף די וועלט זוכן אַנדערע וואָס האָבן עס יאָ געמאַכט. די פּאָליאַקן קענען דערפֿאַר נישט שטוינען, אַז מיט דער צײַט וועט מען זיי באַשולידקן אין דעם אויך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.