נײַעס פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published April 12, 2016, issue of April 29, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

ישׂראלס נײַער אַמבאַסאַדאָר אין לאָנדאָן — אַ געבױרענער „אָסי‟

דער נײַער אַמבאַסאַדאָר פֿון מדינת־ישׂראל אין לאָנדאָן, מאַרק רגבֿ, איז געבױרן געװאָרן אין מעלבורן, אױסטראַליע. דעמאָלט, הײסנדיק מאַרק פֿרײַבערג, האָט ער גראַדויִרט פֿון דער ייִדישער טאָגשול „הר הצופֿים קאָלעדזש‟ און דערנאָך פֿונעם מעלבורנער אוניװערסיטעט. ער פֿלעגט דאַװענען אין דער אָרטאָדאָקסישער שיל אין דער פֿאָרשטאָט קיו און האָט פֿאַרברענגט מיט זײַנע חבֿרים אין דער יוגנט־גרופּע „הבונים‟, אײדער ער האָט געמאַכט עליה.

אַ מאַטעמאַטיקער פֿון בריזבען קריגט סמיכה דורך דער אינטערנעץ

שמואל (סידנעי) מאָריס איז געבױרן און דערצױגן געװאָרן אין בריזבען מיט 68 יאָר צוריק. פֿון פֿאַך איז ער אַ פּראָפֿעסאָר פֿון מאַטאַמאַטיק װאָס האָט געאַרבעט אין אױסטראַליע, אַמעריקע, בריטאַניע און ישׂראל. מאָריס האָט געשריבן פֿיר ביכער װעגן מאַטאַמאַטיק אײדער ער איז געגאַנגען אױף פּענסיע. דאַן האָט ער פֿאָרגעזעצט זײַנע מאַטאַמאַטישע פֿאָרשונגען בעת ער האָט אָנגעהױבן לערנען זיך אױף סמיכה אױף דער אינטערנעץ דורך אַ חב״ד־פּראָגראַם, װאָס איז באַזירט אין מיניאַפּאָליס אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. איצט פּלאַנירט הרבֿ מאָריס צו לערנען זיך אױף צו װערן אַ דיין אױף דער אינטערנעץ.

„ייִדן אױף רעדער“ שענקט ברייטהאַרציקע מתּנה דער ראַטיר־אָרגאַניזאַציע „הצלה‟

די גרופּע באַטייליקטע פֿון „ייִדן אױף רעדער“
די גרופּע באַטייליקטע פֿון „ייִדן אױף רעדער“

די מעלבורנער אָרגאָניזאַציע „ייִדן אױף רעדער“ באַשטײט פֿון ייִדן װעלכע האָבן ליב אַרומצופֿאָרן אױף מאָטאָרציקלען. זי האָט לעצטנס געשאָנקן דרײַ טױזנט אױסטראַלישע דאָלאַרן צו דער אָרגאָניזאַציע „הצלה‟ נאָך דעם װי זי האָט באַקומען אַ בײַשטײַערונג פֿון אַ לאָקאַלער באַנק זאָגנדיק, אַז „הצלה‟ נײטיקט זיך מער װי זי אינעם געלט װײַל „זי גיט אַכטונג אױף אונדז“.