דער „טרײַענגל פֿײַער‟ אין מאַרץ 1911

The Triangle Fire in March 1911


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published April 13, 2016, issue of April 29, 2016.

דעם 23סטן מאַרץ האָב איך געלייענט אַ לעקציע לעבן דעם בנין, וווּ מיט 105 יאָר צוריק איז געשען דאָס, וואָס איז פֿאַרשריבן געוואָרן אין דער ניו־יאָרקער און, בכלל, אַמעריקאַנער געשיכטע ווי דער „טרײַענגל פֿײַער‟. אין דער אמת, איז די שׂרפֿה, וואָס האָט זייער גיך אַרײַנגעשלונגען 146 לעבנס, דער עיקר, פֿון ייִדישע און איטאַליענישע פֿרויען, געשען דעם 25סטן מאַרץ. אָבער הײַיאָר האָט מען באַשלאָסן דעם יאָרטאָג פֿון דער טראַגעדיע אָפּצומערקן דעם 23סטן, ווײַל דעם 25סטן איז שוין געווען דער קריסטלעכער „גוטער פֿרײַטיק‟.

די טראַגישע געשעענישן פֿון יענעם פֿרילינג־טאָג זײַנען ניט פֿאַרגעסן געוואָרן. אַן אינטערעסאַנטע אונטערנעמונג האָט דעם 8טן מאַרץ דורכגעפֿירט דער ניו־יאָרקער טענעמענט־מוזיי. עס האָבן גערעדט סײַ היסטאָריקער, סײַ אַקטיוויסטן פֿון דער איצטיקער יוניאָן־באַוועגונג. בפֿרט איז די רייד געגאַנגען וועגן דעם, אַז הײַנטיקע טעג אַרבעטן אין ענלעכע באַדינונגען די כינעזישע פֿרויען, אין מער אָדער ווייניקער די זעלבע געגנטן פֿון ניו־יאָרק, וווּ עס האָבן אַמאָל געהאָרעוועט די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע אימיגראַנטן.

קיין גרויסער עולם האָט זיך הײַיאָר ניט צונויפֿגעקליבן. אַזוי האָט עס יעדנפֿאַלס אויסגעזען, ווען איך בין צוגעקומען אַהין נאָך דער לעקציע. די ייִדישע פּרעסע, ביידע „פֿאָרווערטס‟־צײַטונגען בתוכם, האָבן עס, דאַכט זיך, אַפֿילו ניט באַמערקט. מיט פֿינף יאָר צוריק האָט מען די דאַטע אָפּגעמערקט אַ סך ברייטער (זען, אַ שטייגער, yiddish2.forward.com/node/3617). אמת, דעם 23סטן מאַרץ האָב איך געזען עטלעכע פֿאָרשטייער פֿון דעם „אַרבעטער רינג‟ און נאָך אַ פּאָר ייִדישע אָרגאַניזאַציעס.

ווי שטענדיק, זײַנען אַרומגעגאַנגען אַ סך סטודענטן און אָנגעשטעלטע פֿון דעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, ווי אויך סתּם מענטשן. דעם אוניווערסיטעט געהערט איצט דער בנין, וווּ דאָס אַלץ איז געשען. אָבער די פֿאַרבײַגייער, אַפֿילו די וואָס האָבן זיך אויף אַ ווײַלע אָפּגעשטעלט, האָבן, דאַכט זיך, אַפֿילו ניט פֿאַרשטאַנען, צוליב וואָס עס האָט דאָרטן זיך צונויפֿגעקליבן עפּעס אַ גרופּע לײַט.

קוקנדיק אויף דעם אַלץ, האָב איך זיך דערמאָנט וועגן שלום אַשס ראָמאַן „איסט ריווער‟, וואָס איז אַרויס מיט 70 יאָר צוריק, סײַ אויף ייִדיש, סײַ איבערגעזעצט אויף ענגליש. דער דערפֿאָלג פֿון דעם ראָמאַן איז געווען אַ גרויסער. די פּרעסע איז געווען פֿול מיט פּאָזיטיווע רעצענזיעס. געשריבן האָט מען אויך וועגן די פּלענער צו מאַכן אַ פֿילם אויפֿן סמך פֿונעם ראָמאַן. אַשן האָט מען שוין זייער גוט באַצאָלט, ער זאָל דערלויבן זײַן ווערק צו עקראַניזירן; אָבער לסוף איז פֿון דעם אַלץ גאָרנישט ניט אַרויס. אַ שאַד, ווײַל דער ראָמאַן האָט זייער אַ היפּשן קינאָמאַטאָגראַפֿישן פּאָטענציאַל.

דאָס האָט געדאַרפֿט זײַן זייער אַ שווערער קלאַפּ פֿאַרן שרײַבער. מע האָט זיך כּלומרשט געכאַפּט, אַז פּונקט אין דער צײַט זײַנען שוין געהאַט אַרויס צוויי פֿילמען אויף דער „ייִדישער טעמע‟ — Gentlmen’s agreement און Crossfire. דאָס הייסט, אַז דער קינאָ־מאַרק איז געווען אָנגעזעטיקט. אמת, עס לייגט זיך מער אויפֿן שׂכל אַן אַנדער סיבה: שלום אַש האָט זיך אין יענער צײַט געחבֿרט מיט דער קאָמוניסטישער צײַטונג „מאָרגן־פֿרײַהייט‟, און — כאָטש קיין קאָמוניסט איז דער שרײַבער בלי־ספֿק ניט געווען — האָט אים די דאָזיקע פֿאַרבינדונג געמאַכט אַ „שלעכטן‟ שם. די „קאַלטע מלחמה‟ האָט זיך שטאַרק געפֿילט אין פֿאַרשיידענע ספֿערעס פֿון לעבן.

איך האָף, אַז אַ סך לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟ האָבן געלייענט דעם ראָמאַן „איסט ריווער‟. טאָמער ניט, טאָ אײַלט זיך עס צו טאָן. קיין חרטה וועט איר ניט האָבן. איך גיב עס צו לייענען מײַנע סטודענטן, און כ׳געדענק ניט, זיי זאָלן זײַן ניט צופֿרידן פֿון באַקענען זיך מיט דעם דאָזיקן ווערק. אויב איר האָט עס דערווײַל ניט געלייענט, וועל איך דערקלערן, פֿאַר וואָס מיר האָט זיך דער ראָמאַן דערמאָנט דווקא אין שײַכות מיטן „טרײַענגל פֿײַער‟. זייער פּשוט: אַש האָט אַרײַנגעשריבן די געשעענישן פֿון דעם 25סטן מאַרץ 1911 אין דעם סיפּור־המעשׂה פֿון „איסט ריווער‟: אַ ייִדיש מיידל פֿאַרלירט איר לעבן, אָבער ראַטעוועט אַן אַנדער מיידל, וואָס איז די צענטראַלע ניט־ייִדישע פֿיגור פֿונעם ראָמאַן.

אין אַ קורצער צײַט אַרום וועט מען אָנהייב בויען אַ מעמאָריאַל, וואָס וועט אָפּשטעלן דעם פֿאַרבײַגייענדיקן עולם. איצט באַמערקט מען ניט, בדרך־כּלל, די באַשיידענע מעמאָריאַל־טאָוולען, וואָס דערמאָנען וועגן דער טראָגעדיע. שלום אַשס „איסט ריווער‟ איז אויך אַ מעמאָריאַל — אַ ליטעראַרישער. הגם דער „טרײַענגל פֿײַער‟ שפּילט אין דעם ווערק אַ זײַטיקע ראָלע, שילדערט ער זייער איבערצײַגעוודיק דעם געזעלשאַפֿטלעכן קלימאַט פֿון יענער צײַט, באַזונדערס די ייִדיש־קריסטלעכע באַציִונגען.