נאָך אַ ריי ערנסטע ענינים ווילט זיך שוין אַריבערגיין אויף אַ לײַכטערער, זיסערער טעמע — שאָקאָלאַד מיט צוקער. דאַכט זיך, אַז כּמעט יעדער מענטש האָט ליב סײַ שאָקאָלאַד, סײַ צוקער — ווער מער, ווער ווייניקער. (דער שרײַבער פֿון די שורות האָט זיי ביידע זייער שטאַרק ליב.)
פֿון דער שפּראַך־וויסנשאַפֿט ווייסן מיר, אַז ווען ס׳קומט אָן קיין אייראָפּע עפּעס נײַעס, קלײַבט יעדעס פֿאָלק אויס זײַנס אַן אייגענעם טערמין. נאָך מער, אין יעדן באַזונדער לשון קומען אַ מאָל אויף אַ שלל מיט סינאָנימען. אָט האָבן מיר אויף מאַמע־לשון אַ טוץ סינאָנימען פֿאַר „קאַרטאָפֿל“, וואָס וועגן דעם איז שוין אויסגעקומען צו שרײַבן. אויך פּאָמידאָרן, מאַראַנצן, אינדיק האָבן פֿאַרשיידענע עקוויוואַלענטן אין די אייראָפּעיִשע שפּראַכן. שאָקאָלאַד און צוקער, אָבער, זענען אין דער מערבֿדיקער וועלט רעלאַטיוו שפּעט אָנגעקומען, פֿונדעסעוועגן, האָבן אָט די ווערטער נישט קיין סינאָנימען. לייענט ווײַטער.
פֿאַר צײַטנס האָבן די אייראָפּעער זיס געמאַכט מיט האָניק. נאָך אין מיטל־עלטער איז צוקער געברענגט געוואָרן קיין אייראָפּע פֿון אינדיע דורך די אַראַבער, אָבער ערשט אינעם 16טן י״ה איז צוקער געוואָרן אַ גיייִקער מאכל — ביז דעמאָלט איז ער גאָר געווען אַ מעדיקאַמענט!
ווי געזאָגט, האָט צוקער אין תּוך אַרײַן איין נאָמען כּמעט אויף דער גאַנצער וועלט, ד״ה, אַלע ווערטער נעמען זיך פֿון איין מקור. „צוקער“, פּויליש cukier, אונגעריש cukor, טשעכיש cukr, דײַטשיש Zucker, פֿראַנצייזיש sucre אאַז״וו נעמען זיך אַלע פֿונעם אַראַבישן sukkar; ס׳רוסישע sakhar אד״גל נעמען זיך פֿונעם פּערסישן shakar. אַליין איז צוקערראָר, אַגבֿ, אַ גראָז, פֿונעם מין Saccharum.
נו, גאָט האָט געהאָלפֿן, איז אין 16טן י״ה אויך אָנגעקומען קיין אייראָפּע, פֿון מעקסיקע, שאָקאָלאַד — נאָך אַ „פּנים־חדשות“ אין אייראָפּע, וואָס האָט אין תּוך אַרײַן בלויז איין נאָמען: chocolate, chocolat, Schokolad, czekolada אאַז״וו. (אויב דער זכּרון דינט מיר, האָט שלום־עליכם ערטערווײַז געשריבן „טשיקעלאַד“, אַ סימן, אַז אַזוי האָט מען געזאָגט אין פֿאָלק.) אָט דער טערמין נעמט זיך פֿונעם לשון נאַואַטל, ס׳לשון פֿון די אַצטעקן — זייער וואָרט איז „טשאָקאָלאַטל“. צי דאָס דאָזיקע געוויקס שטאַמט טאַקע פֿון מעקסיקע איז נישט קלאָר, אָבער איינס איז זיכער: שאָקאָלאָד איז בײַ די אַצטעקן געווען אַ באַליבטער מאכל. מע האָט אים געגעסן אָדער געטרונקען; דאָס געטראַנק הייסט דאָך קאַקאַאָ, וואָס דאָס וואָרט נעמט זיך פֿון אַן אַנדער נאַואַטל־וואָרט, „קאַקאַואַטל“. ווער פֿון אונדז וואָלט הײַנט געקענט לעבן אָן שאָקאָלאַד? נישט אומזיסט איז זײַן באָטאַנישער נאָמען Theobroma cacao — ס׳ערשטע וואָרט איז טײַטש „געטלעכער מאכל“.
די אַצטעקן פֿלעגן שאָקאָלאַד עסן און טרינקען נישט־פֿאַרזיסטערהייט — אויב, אָבער, איר האָט אַ מאָל פֿאַרזוכט שאָקאָלאַד אין גאַנצן אָן צוקער, ווייסט איר ווי ביטער ס׳איז דער טעם. ערשט אין אייראָפּע האָט מען אָנגעהויבן אויסמישן שאָקאָלאַד מיט צוקער, ער זאָל האָבן דעם טעם וואָס האָט בײַ אַלעמען אַזוי אויסגענומען.
אויף וויפֿל איך ווייס, שפּילט שאָקאָלאַד נישט קיין גרויסע ראָלע בײַ ייִדן, אָבער צוקער, פֿאַרשטייט זיך, יאָ. בײַ ייִדן זענען דאָך פֿאַראַן די פֿאַמיליעס „צוקער“ און „צוקערמאַן“, און איינער פֿון די גרעסטע צוקער־פֿאַבריקאַנטן אין דער רוסישער אימפּעריע איז דאָך געווען אַ ייִד בראָדסקי. חוץ דעם, געדענקט זיך מיר, אַז ווען דער גרויסער סאָוועטישער וויסנשאַפֿטלער אַנדריי סאַכאַראָוו האָט זיך אָנגעהויבן אַרויסצוזאָגן קעגן דעם סאָוועטישן טאָטאַליטאַריזם, האָט מען אויף זײַנע טענות נישט געהאַט קיין ענטפֿער, האָט מען אים געפּרוּווט פֿאַרשוואַרצן דאָס פּנים לויטן באַקאַנטן שאַבלאָן: אויסזאָגן דעם „סוד“ (לייען: דעם ליגן), אַז אין דער אמתן איז ער אַ ייִד מיטן נאָמען צוקערמאַן. נו, „סאַכאַראָוו“ נעמט זיך טאַקע פֿון sakhar (צוקער), אָבער קיין ייִד איז ער, פֿאַרשטייט זיך, נישט געווען. סײַדן דזשיגאַן איז געווען גערעכט: אין איינעם אַ סקעטש שפּילט דזשיגאַן אַ באַאַמטן אינעם ישׂראלדיקן ראַבינאַט, קומט אַ קריסטין זיך מגייר זײַן, גיט ער איר די ווײַטערדיקע עצה: פֿאָרט קיין מאָסקווע, שטעלט זיך אַוועק אויפֿן רויטן פּלאַץ און שרײַט: זאָל לעבן די פֿרײַהייט! מאַכן זיי אײַך באַלד פֿאַר אַ ייִד…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.