אין זײַן נײַ בוך וועגן דעם אויפֿקום פֿון ייִדיש, לייגט אַלכּסנדר ביידער פֿאָר אַ נײַע טעאָריע, אַז אונדזערע מיזרח־ייִדישע דיאַלעקטן שטאַמען אָפּ פֿונעם ביימישן דיאַלעקט פֿון דײַטש.
כּדי אויסצופֿאָרשן די דאָזיקע טעאָריע, האָב איך זיך אַ ביסל פֿאַרטיפֿט אין דער ליטעראַטור וועגן ביימיש און עס האָט זיך געמאַכט אַן אומגעריכטע פֿאַרבינדונג: איינער פֿון די וויכטיקסטע פֿאָרשער פֿון מערבֿ־ייִדיש — דער דײַטש פֿראַנץ בעראַנעק — איז אויך געווען אַ מומחה אויפֿן געביט פֿון ביימיש. פֿרעגט זיך, וואָס וואָלט ער געהאַלטן פֿון דער דאָזיקער טעאָריע?
בעראַנעק איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אינעם אַזוי גערופֿענעם „סודעטנלאַנד‟ — יענעם דײַטש־רעדנדיקן טייל פֿון דער אַמאָליקער טשעכאָסלאָוואַקײַ, וואָס היטלער האָט אַנעקסירט אין 1938, נאָך דעם טרויעריק־באַרימטן מינכענער אָפּמאַך. מיט עטלעכע וואָכן שפּעטער איז בעראַנעק געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער נאַצישער פּאַרטיי, און שפּעטער אויך אַן אָפֿיציר אין אַן אָפּטיילונג פֿון די „שטורעם־טרופּן‟. אין משך פֿון דער מלחמה האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ דײַטשן פֿאָרשונג־אינסטיטוט אין דער אָקופּירטער סלאָוואַקיע, און אָנגעשריבן אַרטיקלען, וואָס גלאָריפֿיצירן די גערמאַנישע קולטור.
פֿון דעסטוועגן, איז בעראַנעק ניט געווען קיין טיפּישער נאַצי. ניט געקוקט אויף זײַן דײַטשן נאַציאָנאַליזם און זײַן פּאַרטיי־מיטגלידשאַפֿט, איז זײַן באַציִונג צו ייִדן געווען אַ קאָמפּליצירטע, אַפֿילו אַ פֿרײַנדלעכע, בדרך־כּלל. אַ לעבן לאַנג האָט ער אַרויסגעוויזן אַ גרויסן אינטערעס צו דער ייִדישער שפּראַך, אויף אַזוי ווײַט, אַז ער איז אין די 1950ער און 1960ער יאָרן געוואָרן דער באַקאַנטסטער ייִדיש־פֿאָרשער אין דײַטשלאַנד. (דער עיקר, דערפֿאַר, ווײַל די נאַציס האָבן געהאַט פֿאַרטריבן דעם האַמבורגער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר שלמה בירנבוים אין 1933.) נאָך דער מלחמה איז בעראַנעק געשטאַנען אין פֿאַרבינדונג מיט אַ סך אַלטע ייִדן, פֿאַרבליבענע אין דײַטשלאַנד, און האָט דורכגעפֿירט אַ וויכטיקע אויספֿאָרשונג פֿון זייערע ייִדישע און האַלב־ייִדישע ריידענישן, וואָס אויף דעם איז באַזירט זײַן „מערבֿ־ייִדישער שפּראַכאַטלאַס‟, וואָס איז דערשינען אין 1965.
אַ געבוירענער אין לומפּנבאָרק (דײַטש לונדענבורג, טשעכיש ברזשעצלאַוו) אין דרום־מערן (Moravia), האָט בעראַנעק שטודירט דײַטשע פֿילאָלאָגיע בײַם ווינער אוניווערסיטעט און בײַם קאַרלס־אוניווערסיטעט אין פּראָג אין די 1920ער יאָרן. דער עיקר, האָט ער געפֿאָרשט זײַן היימישן דרום־מערישן דיאַלעקט, וואָס איז נאָענט פֿאַרבונדן מיטן בײַערישן. היפּש ייִדן האָבן דעמאָלט אויך געלעבט אין לומפּנבאָרק, אָבער, ווי די מערסטע טשעכישע ייִדן, זײַנען זיי שוין לאַנג אַריבער אויף דײַטש און טשעכיש און האָבן געהאַט פֿאַרגעסן זייער אַלטן טשעכיש־ייִדישן דיאַלעקט.
אין טשעכאָסלאָוואַקײַ האָבן געלעבט אַן ערך דרײַ מיליאָן עטנישע דײַטשן, וואָס האָבן באַטראָפֿן 30% פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג. ייִדן זײַנען געווען אַרום 350,000, אָדער 2.5%. ווייניק דײַטשן האָבן געלעבט אין צענטער — אין פּראָג האָבן געוווינט בלויז 30,000; דער עיקר, האָבן זיי געלעבט אין די געגנטן נאָענט צו דער דײַטשער און עסטרײַכישער גרענעץ. אין דער צײַט צווישן די צוויי וועלט־מלחמות זײַנען אַ סך ערטער צו ביסלעך געוואָרן „טשעכיזירט‟, צוליב פּשוטע דעמאָגראַפֿישע סיבות. אָבער בײַ די סודעטן־דײַטשן האָט געהערשט אַ נאַציאָנאַליסטישע אונטערגאַנג־שטימונג און אַ געפֿיל, אַז די טשעכישע מלוכה באַעוולט זיי.
ייִדיש האָט בעראַנעק „אַנדעקט‟ פֿאַר זיך אין 1927, בשעת אַ נסיעה אין די קאַרפּאַטן, כּדי צו פֿאָרשן די אַלטע דײַטשע קאָלאָניעס דאָרט. צום ערשטן מאָל האָט ער אָנגעטראָפֿן אַ גרויסע באַפֿעלקערונג פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, וואָס רעדן טאַקע ייִדיש. אין די 1930ער יאָרן, בשעת ער האָט מערסטנס געאַרבעט ווי אַ דײַטש־לערער אין די טשעכישע שולן, האָט בעראַנעק ספּעציעל אויסגעזוכט אַלטע ייִדן, וואָס געדענקען נאָך דעם טשעכישן ייִדיש פֿון אַ מאָל. ער האָט זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיטן ייִוואָ און אַפֿילו זיך באַטייליקט אין אַ ייִוואָ־קאָנפֿערענץ אין ווילנע אין 1935. ער איז דעמאָלט אַרומגעפֿאָרן איבער פּוילן, געזאַמלט מאַטעריאַל, און צוגעגרייט אַ מאָנאָגראַפֿיע וועגן דעם פּינסקער ייִדיש.
בשעת בעראַנעק האָט געאַרבעט אין סלאָוואַקיע, האָט ער אָנגעשריבן אַ צווייטע מאָנאָגראַפֿיע וועגן דעם דאָרטיקן טראַנסקאַרפּאַטישן ייִדיש (דווקא דער דיאַלעקט פֿון די מערסטע הײַנטיקע חסידים). דער נאַצישער „רײַכסאינסטיטוט פֿאַר דער געשיכטע פֿונעם נײַעם דײַטשלאַנד‟ האָט עס אַרויסגעגעבן אין 1941, און אין דער הקדמה שרײַבט בעראַנעק בפֿירוש, אַז זײַן אַרבעט זאָל דינען צו העלפֿן „לייזן די ייִדן־פּראָבלעם‟. ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז ער זאָל דעמאָלט ניט וויסן, וואָס דאָס מיינט.
נאָך דער מלחמה איז בעראַנעק געווען אויף צרות. די נײַע טשעכאָסלאָוואַקישע מלוכה האָט פֿאַרטריבן די גאַנצע דײַטשע מינאָריטעט און אַ סך פֿאָרשונג־מאַטעריאַלן זײַנען פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. אַ מאַנוסקריפּט בעראַנעקס וועגן דעם טשעכישן ייִדיש איז אויך פֿאַרלוירן געגאַנגען, וואָס ער האָט שפּעטער געפּרוּווט רעקאָנסטרויִרן פֿונעם זכּרון.
בעראַנעק און זײַן ווײַב זײַנען פֿאַרשלעפּט געוואָרן אין עפּעס אַ דאָרף אין דער העסישער פּראָווינץ, וווּ ער האָט ווידער געלערנט אין די שולן, בשעת ער האָט אין זײַן פֿרײַער צײַט זיך פֿאַרנומען מיט זײַנע וויסנשאַפֿטלעכע אינטערעסן. ווי מאָדנע עס זאָל ניט קלינגען, זײַנען די שפּעט־1940ער יאָרן געווען אַ גוטע צײַט פֿאַר דער ייִדיש־פֿאָרשונג אין דײַטשלאַנד, ווײַל הונדערטער טויזנטער ייִדישע פּליטים פֿון אַלע לענדער און אַלע דיאַלעקטן האָבן דאָרט פֿאַרבראַכט יאָרן אין די די־פּי־לאַגערן. מסתּמא האָט בעראַנעק זיך אויך געכאַפּט, אַז אין דער איצטיקער נאָך־מלחמהדיקער שטימונג לאָזט זיך זײַן ייִדיש־פֿאָרשונג בעסער פֿאַרקויפֿן; דאָס הייסט, מיט ייִדיש קען ער האָבן בעסערע שאַנסן צו באַקומען אַ פּאָסטן אין אַ דײַטשן אוניווערסיטעט. האָט ער אָנגעהויבן דרוקן אַרטיקלען, אַז די ייִדיש־פֿאָרשונג איז עפּעס פֿאַרוואָרלאָזט אין די דײַטשע אוניווערסיטעטן: ניטאָ קיין קאַטעדרעס, ניטאָ קיין קורסן; אַז דורך ייִדיש־פֿאָרשונג קענען די דײַטשן אַ ביסל תּשובֿה טאָן פֿאַר זייערע זינד קעגן די ייִדן; און אַז ייִדיש קען דינען ווי אַ בריק פֿון שלום און פֿאַרשטאַנד צווישן דעם דײַטשן און דעם ייִדישן פֿאָלק.
בעראַנעקט האָט אַליין געדרוקט אַ קליין זשורנאַלעכל „קאָמוניקאַטן פֿונעם אַרבעט־קרײַז פֿאַר ייִדיש־פֿאָרשונג‟ און עס צעשיקט צו פֿאַראינטערעסירטע איבער דער גאַנצער וועלט. אַזוי האָט ער אָנגעקניפּט באַציִונגען מיט אַ סך ייִדישע און ניט־ייִדישע פֿאָרשער, וואָס די מערסטע האָבן ניט געוווּסט וועגן זײַן נאַצי־פֿאַרגאַנגענהייט. ער האָט אויך געפּרוּווט באַנײַען זײַן פֿאַרבינדונג מיטן ייִוואָ — אָבער מאַקס ווײַנרײַך האָט עס ניט צוגעלאָזט. צווישן די מאַטעריאַלן, וואָס דער ייִוואָ האָט באַקומען פֿון דײַטשלאַנד נאָך דער מלחמה, זײַנען געווען דאָקומענטן, וואָס האָבן באַוויזן, אַז בעראַנעק איז געווען אַ נאַצי. די ייִוואָ־לינגוויסטן האָבן געלייענט בעראַנעקס אַרבעטן, אָבער קיין מגע־ומשׂא מיט אים פּערזענלעך האָבן זיי קיין מאָל ניט געוואָלט האָבן.
אין זײַנע לעצטע יאָרן האָט בעראַנעק, סוף־כּל־סוף, באַקומען אַן אַקאַדעמישן פּאָסטן בײַם אוניווערסיטעט פֿון גיסן. ער האָט זיך אָבער פֿאַרנומען ניט בלויז מיט ייִדיש אין יענער תּקופֿה, נאָר, דער עיקר, מיט זײַן ביימישן דיאַלעקט. אין 1930 האָבן דײַטשע פֿאָרשער אין פּראָג אָנגעהויבן זאַמלען מאַטעריאַלן פֿאַר אַ סודעטן־דײַטשן ווערטערבוך, אָבער אין דער מלחמה איז דאָס אַלץ פֿאַרלוירן געגאַנגען. האָט בעראַנעק אין 1957 צוריק אויפֿגענומען די אַרבעט פֿון אויספֿרעגן אינפֿאָרמאַנטן און פֿאַרשרײַבן אויף צעטעלעך דעם גאַנצן ביימישן ווערטער־אוצר. ביז זײַן פּטירה אין 1967 איז די זאַמל־אַרבעט כּמעט פֿאַרענדיקט געוואָרן, און ביז הײַנט זײַנען אַרויס כּמעט פֿינף בענד, ביזן אות H.
איצטער קום איך צו צו בעראַנעק מיט ביידערס טעאָריע, אַז אונדזער ייִדיש שטאַמט אָפּ פֿונעם ביימישן דיאַלעקט, וואָס בעראַנעק האָט אַליין גערעדט, געפֿאָרשט אַ גאַנץ לעבן, און געמאַכט דערפֿון אַ גאַנצן ווערטערבוך. אין זײַנע שריפֿטן געפֿין איך ניט קיין שום סימן, אַז אַזאַ פֿאַרבינדונג איז אים ווען עס איז אײַנגעפֿאַלן. ער שרײַבט אַפֿילו ניט וועגן די ענלעכקייטן, וואָס קומען פֿון דעם, וואָס ייִדיש און ביימיש זײַנען ביידע גערעדט געוואָרן הונדערטער יאָרן אין אַ סלאַווישער לאַנדשאַפֿט, פֿון מענטשן וואָס רעדן כאָטש צוויי שפּראַכן. צי קען געמאָלט זײַן, אַז בעראַנעק זאָל ניט באַמערקן אַזאַ פֿאַרבינדונג צווישן ייִדיש און ביימיש, ווען זי זאָל באמת עקסיסטירן? עס לייגט זיך ניט אויפֿן שׂכל. ער איז טאַקע געווען אַ נאַצי, אָבער פֿאָרט ניט קיין נאַר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.