פּסח, וואָס הייבט זיך אָן דעם קומעדיקן פֿרײַטיק, וועט הײַיאָר בײַ קאָנסערוואַטיווע און אַ צאָל אַנדערע ייִדן האָבן אַ גאָר אַנדערן טעם, און דאָס איז נישט בלויז פֿיגוראַטיוו גערעדט: דעם פֿאַרגאַנגענעם דעצעמבער האָט דער הלכה־קאָמיטעט פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג געפּסקנט, אַז אַשכּנזישע ייִדן מעגן פּסח עסן קיטניות, און ווי אַ פּועל־יוצא וועלן אַ סך מיטגלידער פֿון די קאָנסערוואַטיווע סינאַגאָגעס הײַיאָר בײַטן זייער מעניו.
קיטניות איז אַ קאַטעגאָריע שפּײַז, וואָס איז נישט חמץ, אָבער די אַשכּנזישע ייִדן עסן עס פֿאָרט נישט פּסח. (די ספֿרדים און תּימנער ייִדן — יאָ). די קאַטעגאָריע נעמט אַרײַן אַלע מינים בעבלעך, קוקורוזע, רײַז, אַרבעס, לינדזן און רבי־ניסלעך.
במשך פֿון די לעצטע פּאָר וואָכן האָב איך געלייענט אויף „פֿייסבוק‟ און געהערט פֿון מײַנע באַקאַנטע גאַנצע שמועסן וועגן דעם נײַעם פּסק. מע פֿרייט זיך וואָס, סוף־כּל־סוף, וועט מען קענען פֿאַרברייטערן דעם מעניו אויף די סדרים און במשך פֿונעם גאַנצן אַכט־טאָגיקן יום־טובֿ.
קיינער ווייסט נישט פֿאַר וואָס דער פֿאַרווער קעגן קיטניות איז בכלל אײַנגעפֿירט געוואָרן, אָבער דאָס ערשטע מאָל, וואָס דער ענין ווערט דערמאָנט, איז געווען אין פֿראַנקרײַך אינעם 13טן יאָרהונדערט. במשך פֿון דער צײַט האָט זיך דער מינהג פֿאַרשפּרייט איבער גאַנץ אייראָפּע. אַ טייל רבנים האַלטן, אַז ס׳איז צוליב דעם וואָס געוויסע מינים קיטניות זעען אויס ווי חמץ (ווי ווייץ, למשל) און דערפֿאַר קען עס דערפֿירן צו דעם, אַז מענטשן וועלן על־פּי־טעות אויך עסן חמץ. אַנדערע זאָגן, ס׳איז ווײַל קיטניות ווערט אָפֿט קולטיווירט אין פֿעלד נאָענט צו די חמצדיקע געוויקסן, און מע האַלט זיי אויך אין סקלאַד נאָענט צוזאַמען, און דערפֿאַר קאָנען די פּראָדוקטן זיך על־פּי־טעות אויסמישן.
ווי עס זאָל נישט זײַן, איז די טראַדיציע בײַ די אַשכּנזים געוואָרן אַזוי שטאַרק אײַנגעגלידערט אינעם כאַראַקטער פֿון פּסח, אַז די סיבה פֿאַרן נישט עסן קיטניות איז שוין מער נישט רעלעוואַנט, האָבן צוויי אָרטאָדאָקסישע רבנים, יעקבֿ לובאַן און אלי גערסטען, פֿאַראַיאָרן געשריבן אינעם זשורנאַל Jewish Action. בקיצור, געוויסע טראַדיציעס זענען אַזוי ענג פֿאַרבונדן מיטן ריטואַל, אַז עס נעמט ממש אָן די שטרענגקייט פֿון דין.
ווי איינע וואָס ניצט קיטניות זייער אָפֿט אַ גאַנץ יאָר, בפֿרט בײַם צוגרייטן וועגעטאַרישע מאָלצײַטן, פֿאַרשטיי איך גוט די פֿרייד פֿון די קאָנסערוואַטיווע ייִדן בײַם קענען אַרײַננעמען קיטניות אין זייער פּסחדיקן געקעכטס. בעבלעך און לינדזן זענען געשמאַקע קוואַלן פֿון פּראָטעיִן, און רײַז גיט אַ נײַע מעגלעכקייט זיך אָנצוזעטיקן פּסח אַחוץ מצה, קאַרטאָפֿל, און „געדיכטע‟ פֿלייש־מאכלים. און דאָך…
דאָך רופֿט פּסח אַרויס בײַ אַ סך פֿון אונדז זייער וואַרעמע זכרונות, פֿאַרבונדן מיטן טראַדיציאָנעלן אַשכּנזישן מעניו. די מצה־מעל קניידלעך מיט יויך זענען אַזאַ באַליבטע פּאָטראַווע בײַם סדר, אַז אָפֿט מאָל האַלטן די געסט אין איין בעטן נאָך און נאָך, ביז זיי קענען שוין נישט עסן דאָס רעשט פֿון דער מאָלצײַט.
אמת, דער טראַדיציאָנעלער אַשכּנזישער מעניו איז טאַקע אַ באַגרענעצטער, אָבער ער איז פֿאָרט אָנגעפּיקעוועט מיט מאכלים געירשנט פֿון די באָבעס, אָדער זיך אָפּגעלערנט פֿון שכנים אָדער קאָכביכער, וואָס אַ סך פֿון אונדז אַסאָציִיִרן מיטן פֿרילינגדיקן יום־טובֿ: מצה באַשמירט מיט פּוטער; כרעמזלעך, אָדער מצה־מעל לאַטקעס; געפֿרישטע מצה (דער ייִדישער טערמין פֿאַר „מצה־ברײַ‟); געקאָכטע קאַרטאָפֿל מיט סמעטענע, און נאָך און נאָך. איך פּערזענלעך האָב זייער וואַרעמע זכרונות פֿון דער הייסער פּסחדיקער מאַנע־קאַשע, וואָס די מאַמע פֿלעג אָפּקאָכן אין דער פֿרי מיט פּוטער, צימערינג און צוקער. כ׳פֿלעג אַרײַנגיסן אַ ביסל קאַלטע מילעך, איז עס געווען אַ מחיה!
דאָס זעלבע מיט די פֿליישיקע פּאָטראַוועס… אַ גאַנץ יאָר קוק איך אַרויס אויף די פּסחדיקע האָלעפּצעס, וואָס מע פֿילט אָן מיט פֿלייש און ווייכע מצות אַנשטאָט רײַז, און מע באַדעקט עס מיט אַ זיס־און־זויערן פּאָמידאָרן־סאָוס. די גאַנצע משפּחה האָט הנאה פֿונעם פֿילעכץ אין דער האָן, געמאַכט פֿון שוועמלעך, ציבעלע, מצה־מעל און יויך.
ס׳איז, דאַכט זיך, נישט קיין צופֿאַל, וואָס אַ סך ייִדן, וועלכע היטן נישט כּשר אַ גאַנץ יאָר, זענען במשך פֿון דער פּסח־וואָך זייער אָפּגעהיט: זיי פֿאַרבײַטן זייער געוויינטלעך געשיר מיט אַ פּסחדיקן; זיי וואַשן און רײַבן אָפּ די גאַנצע קיך — דעם טאָמבאַנק, אָפּגאָס, אויוון און פּאָדלאָגע — ביז אַלץ פֿינקלט און גלאַנצט. קיין שום חמץ אָדער קיטניות טאָר מען אַ גאַנצע וואָך נישט אַרײַנברענגען אַהין.
במשך פֿון די יאָרן האָב איך טאַקע גערעדט מיט אַ צאָל באַקאַנטע — נישט קיין פֿרומע, אַזוי גערופֿענע „ראש־השנה און יום־כּיפּור ייִדן‟ — וואָס היטן אַזוי שטרענג כּשר לפּסח, אַז ווען מע גייט אַרײַן צו זיי אין קיך, און מע זעט אַלע פּראָדוקטן אויף די פּאָליצעס, קען מען מיינען, אַז דאָ וווינען עכטע פֿרומע ייִדן.
ווען איך פֿרעג זיי: „פֿאַר וואָס מאַכט איר פּסח די קיך אַזוי שטרענג כּשר, ווען אַ גאַנץ יאָר איז כּשרות בײַ אײַך נישט אַזאַ וויכטיקער ענין?‟ ענטפֿערן זיי מיר, פּראָסט־און־פּשוט: „אָט דאָס הייסט פּסח בײַ מיר. אַזוי האָט די באָבע געטאָן, און די מאַמע אויך. איך ווייס, אַז עס קלינגט אפֿשר היפּאָקריטיש, אָבער אַפֿילו אויב איך בין נישט פֿרום, מוז פּסח בײַ מיר בלײַבן פּסחדיק.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.