אין מײַן אַרטיקל פֿון 5טן אַפּריל האָב איך באַהאַנדלט די געשיכטע פֿונעם װאָקאַל „אױ“ אין אַמעריקאַנער ייִדיש און ניו־יאָרקער ענגליש. לײענערס האָבן אַרײַנגעשיקט זײערע רעאַקציעס און באַמערקונגען, און אַרױפֿגעשטעלט דעם אַרטיקל אױף „פֿײסבוק“, אַז אַנדערע זאָלן אים אױך לײענען. עס האָט מיך זײער דערפֿרײט, װאָס די טעמע האָט אַזױ אױסגענומען בײַם ברײטן עולם, נישט נאָר בײַ די געצײלטע לינגװיסטן װאָס לײענען דעם „פֿאָרװערטס“.
הײַנט װיל איך זיך אָפּשטעלן אױף אַ צװײטער סאָציאָלינגװיסטישער קשיא, װאָס אײן לײענער האָט בײַ מיר געפֿרעגט: צי קען מען פֿאַרלירן אַן אַקצענט, למשל, בײַם אַריבערקלײַבן זיך פֿון אײן שטאָט אין אַ צװײטער? דער ענטפֿער איז נישט אַזױ פּשוט. איך קען עטלעכע מענטשן (לאַװ־דװקא שפּראַך־פֿאָרשערס), װאָס האָבן מער־װײניקער פֿאַרלױרן זײערע רעדענישן פֿון די דרומדיקע שטאַטן און אָנגענומען אַ מער „סטאַנדאַרדיזירטן“ אַמעריקאַנער אויסשפּראַך. צי זײ האָבן דאָס געטאָן בכּיװן צי נישט בלײַבט אַן אָפֿענע פֿראַגע.
אָבער נישט יעדער אײנער איז אַזאַ פֿעיִקער „שפּראַכיקער כאַמעלעאָן“, װאָס קען זיך צופּאַסן צום דיאַלעקט פֿון דער שטאָט אָדער לאַנד װוּ מע געפֿינט זיך. געװײנטלעך, איז די פֿאָנאָלאָגיע, ד”ה, די קלאַנגען פֿון דער שפּראַך, דער סאַמע לעצטער אַספּעקט װאָס מע לערנט זיך אױס. אַ סך גראַדויִר־סטודענטן אין מײַן אוניװערסיטעט רעדן ענגליש װי אַ װאַסער, מיט אַלע גראַמאַטישע פּיטשעװקעס, אָבער פֿון זײער אַרױסרעד דערקענט מען באַלד, אַז זײ זענען נישט קײן היגע.
מיר פֿאַרשטײען שױן, אַז אַ יחיד קען יאָ פֿאַרלירן זײַן אַקצענט, אַפֿילו אויב מיר װײסן נישט גענױ, װי אַזױ אָדער פֿאַר װאָס. אַ צװײטע פֿראַגע איז, צי אַ דיאַלעקט, װאָס מע האָט גערעדט אין די קינדער־יאָרן און צוביסלעך פֿאַרלױרן (למשל, אין די סטודענטישע יאָרן), קען זיך אומקערן בשעתן ווערן עלטער. דרײַ לינגװיסטן פֿון ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט — דער פּראָפֿעסאָר דזשאָן סינגלער מיט זײַנע סטודענטן עליסאָן שעפּ און נתן לעפֿײװ — האָבן געװאָלט אױספֿאָרשן דעם ענין. די פּראָבלעם איז, אַז כּדי צו ענטפֿערן אױף דער פֿראַגע, דאַרף מען װיסן װי אַזױ אַ יחיד האָט גערעדט בײַ יעדן עלטער, אין יעדער תּקופֿה, פֿון זײַן גאַנץ לעבן. דאָס פֿאָדערט אַ סך רעסורסן (געלט און דערעיקר צײַט), װאָס דער געװײנטלעכער לינגװיסט האָט נישט צו דער האַנט.
צום גליק, האָבן זײ געפֿונען דעם אַרכיװ www.oyez.org, װאָס איז כּולל רעקאָרדירונגען און טעקסטן פֿון די פּראָצעסן, װאָס מע האָט געבראַכט צום העכסטן געריכט אין װאַשינגטאָן זינט 1955. זײ האָבן אַרױסגענומען פֿונעם אַרכיװ אַלע רעקאָרדירונגען פֿון דער ריכטערין רות בײדער־גינסבורג אין די 1970ער יאָרן, װען זי איז נאָך געװען אַן אַדװאָקאַט, און זינט 1993, װען זי איז שוין געװאָרן אַ ריכטערין. זײ האָבן זיך קאָנצענטרירט אױף צװײ װאַריאַבלען אין איר ניו־יאָרקער אױסשפּראַך: (א) אַרױסלאָזן דעם [r] נאָך װאָקאַלן אין װערטער װי „door“ [טיר] און „afford“ [אױספֿירן], און (ב) די הײך פֿון דער צונג בײַם אַרױסרעדן דעם װאָקאַל װאָס אין „caught“ [געכאַפּט]. בײַ די ניו־יאָרקער קלינגען די צװײ װערטער „caught“ און „cot“ [אַ בעטל] אַנדערש: [קאָט] אַקעגן [קאַט]. אָבער אין מײַן קאַליפֿאָרניער דיאַלעקט קלינגען זײ בײדע [קאַט].
אַפֿילו אַז רות בײדער־גינסבורג װױנט שױן העכער דרײַסיק יאָר אין װאַשינגטאָן, ד״ה, װײַט פֿון איר הײמשטאָט ברוקלין, װערט איר ענגלישער דיאַלעקט אַלץ מער ניו־יאָרקיש! זינט זי איז געװאָרן אַ ריכטערין פֿון העכסטן געריכט ניצט זי (סטאַטיסטיש גערעדט) אַלץ װײניקער [r] און אַלץ מער דעם [aw] (אַקעגן [a]). פֿאַר װאָס? די דרײַ לינגװיסטן מײנען, אַז װאָס זיכערער זי װערט אין איר קאַריערע, אַלץ מער קען זי אַרױסװײַזן אירע אמתע ניו־יאָרקער װאָרצלען. די יונגע רות בײדער, װי אַן אַדװאָקאַט, האָט געדאַרפֿט באַהאַלטן איר ניו־יאָרקער דיאַלעקט, װאָס אין װאַשינגטאָן טראָגט אַ גרױסע סטיגמע; אָבער באַלד װי זי האָט אַ פּערמאַנענטע פּאָזיציע װי ריכטערין, פֿילט זי זיך שױן (אפֿשר) פֿרײַער מיט איר אידענטיטעט. זי דאַרף זיך װײניקער זאָרגן װעגן דעם, װי אַזױ אַנדערע װעלן אױסטײַטשן איר ניו־יאָרקער דיאַלעקט, צום גוטן אָדער צום שלעכטן. איך בין נײַגעריק צו הערן אײַערע אײגענע פֿירלײגן און אױספֿירן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.