דער „פֿאָרווערטס‟ איז 119 יאָר אַלט

The Forverts Turns 119


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published April 20, 2016, issue of May 13, 2016.

מיט 119 יאָר צוריק, דעם 22סטן אַפּריל 1897, איז אין ניו־יאָרק אַרויס דער ערשטער נומער פֿון „פֿאָרווערטס‟. דער וועג, וואָס די צײַטונג האָט דורכגעמאַכט, קען מען ניט מעסטן בלויז אין די דורכגעלעבטע יאָרן, אָנגעזעטיקט מיט כּלערליי געשעענישן. מעסטן דאַרף מען עס, קודם־כּל, אין דער ממשותדיקער השפּעה, וואָס דער „פֿאָרווערטס‟ האָט געהאַט אויף דעם אַמעריקאַנער לעבן, און ניט נאָר אַמעריקאַנער. צום באַדויערן, בלײַבט עס ניט אָפּגעשאַצט, לכל־הפּחות אַזוי ווי עס וואָלט געדאַרפֿט אָפּגעשאַצט ווערן.

אַ מאָדנע זאַך: ניו־יאָרק האָט ניט קיין גאַס, קיין פּלאַץ, קיין ווינקל, וואָס זאָל טראָגן דעם נאָמען פֿון אַבֿרהם קאַהאַן, דעם באמת לעגענדאַרן רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג. איך ווייס ניט, וועמענס אײַנפֿאַל איז עס געווען, אָנצורופֿן מיט שלום־עליכמס נאָמען דעם קורצן סעגמענט פֿון דער 33סטער גאַס, וווּ ס’האָט זיך אין משך פֿון אַ סך יאָר געפֿונען די רעדאַקציע פֿון „פֿאָרווערטס‟. איך האָב, פֿאַרשטייט זיך, גאָרנישט קעגן אָפּהיטן דעם אָנדענק פֿון שלום־עליכמען, אָבער יושרדיקער און ריכטיקער וואָלט געווען עס אָנרופֿן נאָך קאַהאַנען. צוריק גערעדט, קען מען געפֿינען אויך אַנדערע ערטער אין דער שטאָט, וואָס קענען טראָגן קאַהאַנס נאָמען.

וועגן דעם „פֿאָרווערטס‟ ווייסן די אַמעריקאַנער ייִדן און ניט־ייִדן זייער ווייניק, און דער יונגער דור ווייסט, בדרך־כּלל, פּשוט גאָרנישט. ביזן הײַנטיקן טאָג איז נאָך ניטאָ קיין באַלעבאַטישע געשיכטע פֿון דער צײַטונג. שולדיק (אויב דאָס וואָרט „שולדיק‟ פּאַסט פֿאַר דעם פֿאַל) איז אין דעם טיילווײַז די אַקאַדעמישע וועלט. אָבער די שולד טראָגט אויף זיך אויך די „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע אַליין; אַנדערע אינסטיטוציעס, ייִדישע בתוכם, זשאַלעווען ניט קיין געלט און ענערגיע אויף אַזעלכע פּראָיעקטן. און דער סך־הכּל איז, אַז זייער ווייניק ווערט אויפֿגעטאָן, אַ חוץ אַ באַנד מיט שיינע בילדער און ווייניק אינפֿאָרמאַציע, כּדי אַ ברייטער עולם זאָל זיך באַקענען מיט די אויפֿטוען, מיט וועלכע מע קען זיך גרויסן און אַפֿילו זיך באַרימען.

קיין אַנדערע ייִדישע צײַטונג האָט ניט געהאַט אַזאַ צאָל לייענער. איין קלייניקייט — אַ פֿערטל מיליאָן קאָפּיעס פֿלעגן זיך פֿאַרקויפֿן אין די 1920ער יאָרן. דאָס הייסט, אַז קאַהאַן און די זשורנאַליסטן, וועלכע ער האָט צוגעצויגן צו דער אַרבעט, האָבן געפֿונען אַ שליסל צום ייִדישן עולם. די קעגנער האָבן געהאַט ביטערע טענות צום „פֿאָרווערטס‟, אַז אַזאַ דערפֿאָלג איז דערגרייכט געוואָרן צוליב דעם דרוקן „ביליקע‟ און סענסאַציאָנעלע מאַטעריאַלן. זיכער, אַזוינס איז אויך געווען. אָבער גלײַכצײַטיק האָט די צײַטונג געדרוקט ווערק פֿון די פֿירנדיקע ייִדישע שרײַבער — אַבֿרהם רייזען, שלום אַש, דוד אײַנהאָרן, י. י. זינגער און צענדליקער אַנדערע, וועלכע ס’איז שווער צו פֿאַררעכענען צווישן „ביליקע‟ מחברים. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס די צײַטונג האָט געשאַפֿן אַ ליטעראַרישע היים פֿאַר יצחק באַשעוויס־זינגערן.

דער „פֿאָרווערטס‟ האָט אויך געדרוקט גלענצנדיקע זשורנאַליסטישע ווערק. ס׳איז וויכטיק, בפֿרט פֿאַר אַ היסטאָריקער, אַז קיין אַנדערע צײַטונג האָט אַזוי ברייט און טיף ניט אָפּגעשפּיגלט דאָס ייִדישע לעבן אין אַמעריקע. די אַלטע „פֿאָרווערטס‟־נומערן שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אויסערגעוויינטלעך רײַכן אַרכיוו, וועלכער איז נאָך אַלץ — צום באַדויערן — ניט אויסגעסדרט געוואָרן. איך מיין דערמיט, אַז ס’איז ניטאָ קיין ביבליאָגראַפֿישער אינדעקס פֿון „פֿאָרווערטס‟־אַרטיקלען. אמת, לעצטנס איז געשען אַ וויכטיקער „דורכרײַס‟: אַ גרויסער טייל פֿון דער צײַטונג איז צוטריטלעך געוואָרן דורך //jpress.orh.il.

דער „פֿאָרווערטס‟, וואָס איז תּחילת געווען די גרעסטע סאָציאַלסטישע צײַטונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אין משך פֿון אַ קורצער צײַט געווען אַפֿילו פֿאַרליבט אין סאָוועטן־רוסלאַנד, איז ביסלעכווײַז אַריבער אַליין, און געהאָלפֿן אירע לייענער אַריבערצוגיין, אין אַ נײַעם אידעאָלאָגישן לאַגער, דהײַנו: האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ טריבונע פֿאַר ליבעראַלע געדאַנקען. עס האָט זיך אויך געביטן דער צוגאַנג צו די ייִדישע טראַדיציעס. די באַציִונג צו זיי איז ניט צו פֿאַרגלײַכן וואַרעמער געוואָרן. געביטן האָט זיך דער צוגאַנג צו די פּראָבלעמען פֿון ארץ־ישׂראל און דערנאָך צו מדינת־ישׂראל. לסוף, איז קיין שפּור ניט פֿאַרבליבן פֿון דעם אַמאָליקן מיליטאַנטישן אַנטי־ציוניזם.

אין דעם 21סטן יאָרהונדערט איז דער „פֿאָרווערטס‟ באמת אינטערנאַציאָנאַל — אי די שרײַבער, אי די לייענער וווינען אין פֿאַרשיידענע לענדער. די צײַטוגנ האָט תּמיד געהאַט לייענער מחוץ די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָבער הײַנט איז דער חלק פֿון די „אויסלענדער‟ איז, אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, גרעסער ווי דאָס איז געווען אין די אַמאָליקע צײַטן. אין אינטערנעץ קען מען זי לייענער כּמעט אומעטום איבער דער גאָרער וועלט (אין צפֿון־קאָרעע קען עס דערווײַל זײַן אַ פּראָבלעם).

ווי אַזוי וועט די צײַטונג באַגעגענען איר 120סטן יאָרטאָג? ביז דער דאָזיקער קײַלעכדיקער דאַטע איז פֿאַרבליבן אין גאַנצן איין יאָר. ס’איז קלאָר, אַז דער „פֿאָרווערטס‟ געפֿינט זיך אויף אַ שיידוועג, מע דאַרף ווידער זוכן אַ שליסן צום אויסדויער. דער מצבֿ פֿון דער פּרעסע איז בכלל ניט קיין גרינגער. די בעסטע זאַך וואָלט געווען צו הערן פֿון די לייענער, וואָס זיי וואָלטן געוואָלט פֿאָרצולייגן. אָן אַ דירעקטער פֿאַרבינדונג מיט די לייענער קען מען ניט אָננעמען קיין ריכטיקן באַשלוס.