דער סדר: טראַדיציאָנעל צי פּראָגרעסיוו?

Seder: Traditional Or Progressive?

אַ וועלטלעכע הגדה (רעכטס) און אַ גרופּע באַטייליקטע בײַ אַן „אַרבעטער־רינג‟־סדר
אַ וועלטלעכע הגדה (רעכטס) און אַ גרופּע באַטייליקטע בײַ אַן „אַרבעטער־רינג‟־סדר

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 21, 2016, issue of May 13, 2016.

יעדעס יאָר איז אינטערעסאַנט צו זען, ווי אַזוי פֿאַרשיידענע וועלט־פֿיגורן באַגריסן די ייִדן מיטן קומענדיקן חג־הפּסח. דעם 17טן אַפּריל האָט הילאַרי קלינטאָן פֿאַרעפֿנטלעכט אירע פּסח־וווּנטשן מיט אַ קלאָרער כּוונה צו געבן אַ שטאָך איר קאָנקורענט, בערני סאַנדערס. זי האָט געשילדערט בנימין נתניהו ווי אַ נײַעם משה רבינו, און די אַנטי־ציוניסטישע בויקאָט־אַקטיוויסטן — ווי אַ נײַעם פּרעה. לויט קלינטאָנס אַרטיקל, וואָס איז דערשינען אין דער רעכטער צײַטונג „טײַמס פֿון ישׂראל‟, מוז אַמעריקע בלײַבן אַ גרויסער גלאָבאַלער כּוח, כּדי צו באַשיצן די ייִדישע קהילות אַרום דער וועלט.

מיט אַ וואָך פֿריִער, דעם 7טן אַפּריל, האָט מיכאל לערנער, אַ באַקאַנטער פּראָגרעסיווער ראַבינער, פּובליקירט אין זײַן זשורנאַל „תּיקון‟ אַ נײַעם אָפּטײַטש פֿון דער פּסחדיקער הגדה, וווּ די באַוועגונג „אָקופּירט וואָל־סטריט‟ ווערט אַסאָציִיִרט מיט יציאת־מצרים. אין זײַן קאָמענטאַר, דערקלערט לערנער, אַז דאָס צעברעכן די מיטלעכע מצה אויף צווייען בײַם סדר — „יחץ‟ — רעפּרעזענטירט דעם חלום צו צעטיילן ארץ־ישׂראל גלײַך צווישן ייִדן און פּאַלעסטינער. לויט זײַן פּאָליטישער פּערספּעקטיוו, פֿירט די הײַנטיקע מדינת־ישׂראל אויס די ראָלע פֿונעם פּרעה לגבי די פֿאַרשקלאַפֿטע פּאַלעסטינער.

אין זײַן הגדה־פּירוש, קריטיקירט לערנער אויך גאַנץ שאַרף דעם אַמעריקאַנער אימפּעריאַליזם. אין די אַראַבישע און מוסולמענישע לענדער, אַרײַנגערעכנט די פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע, איז אויך באַקאַנט אַזאַ אָפּטײַטש פֿון יציאת־מצרים, לויט וועלכן דער הײַנטיקער פּרעה איז די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

אַזוי צי אַזוי, באַקומט זיך, אַז דער מעכטיקער אימאַזש פֿון קריעת־ים־סוף, פֿאַרבונדן מיטן קומענדיקן ייִדישן יום־טובֿ, ווערט באַנוצט אין דער גאַנצער וועלט ווי אַן אַלגעמיינער סימבאָל פֿון יושר און פֿרײַהייט, הגם אין פֿאַרשיידענע קאָנטעקסטן פֿון פּאָליטישער רעטאָריק קאָנען די ראָלעס פֿון די גוטע און שלעכטע פּערסאָנאַזשן זיך גרינג אויסטוישן.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אַזאַ ספּעציפֿיש־ייִדישער יום־טובֿ, ווי פּסח, איז געוואָרן אַ פּאָפּולערער רעוואָלוציאָנערער און פּאָליטישער סימבאָל. אַזאַ אינטערפּרעטאַציע האָט אַמאָל אויך אויסגענומען אין די ייִדישע לינקע קרײַזן. למשל, אינעם יאָר 1919 איז אין פּאָדגאָרזש, פּוילן, פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַ קאָמישע בונדיסטישע הגדה אויף ייִדיש „מיט אַ סאָציאַליסטישן נוסח‟, וווּ עס ווערן אויסגעלאַכט פֿיר ייִדן: אַ פֿאַבריקאַנט, אַ באַנקיר, אַ פּראָצענט־קרעדיטאָר און אַ רבֿ. פֿון דער בונדיסטישער פּערספּעקטיוו, זענען זיי אַלע שלעכטע פּערסאָנאַזשן, שׂונאים פֿונעם אַרבעטער־קלאַס.

אין 1917 און 1919, האָט יוסף טונקעל געשאַפֿן די הומאָריסטישע „רויטע הגדה‟ און „באָלשעוויסטישע הגדה‟ אין אָדעס און קיִעוו. פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן פֿון אַזעלכע לינקע הגדות זענען דערשינען אין די סאָוועטישע 1920ער יאָרן. נישט געקוקט אויפֿן שאַרפֿן אַנטי־רעליגיעזן טעם, שאַפֿט זיך אַמאָל דער אײַנדרוק, אַז די מחברים האָבן צונויפֿגעפֿלאָכטן זייער נײַע אַטעיִסטישע אמונה מיט די טראַדיציאָנעלע מאָטיוון. למשל, ווען אין אַ סאָוועטישער הגדה זינגט מען „איינגע, צווייגע, פּוסטער קאָפּ, מע דאַרף זיך ניט פֿאַרזאַמען, איבער גלחס פּוסטן קאָפּ קלינגט דער רויטער האַמער‟, — דערמאָנט עס אינעם באַקאַנטן אַנטי־קריסטלעכן לידל, ברייט פֿאַרשפּרייט צווישן די הײַנטיקע ייִדיש־רעדנדיקע חסידים, „אוי וויי איז פֿאַר זיי, אַ טויטן פּאָנדריק האָבן זיי”. „יעשקע פּאָנדריק‟ איז אַ פּעיאָראַטיוו צונעמעניש פֿון יעזוס. אינעם אָריגינעלן וואַריאַנט מאַכן די חסידים חוזק איבער די גלחים און זייער רעליגיע; אינעם באָלשעוויסטישן נוסח באַקומט זיך אָבער אַן אַלגעמיינע אַנטי־קלעריקאַלע פּראָפּאַגאַנדע.

צי זענען די פּסח־מאָטיוון פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן יושר און פֿרײַהייט טאַקע אומטראַדיציאָנעל? די אַנטי־קריסטלעכע עלעמענטן בײַם סדר האָבן זיך באַוויזן אין מיזרח־אייראָפּע ווי אַן ענטפֿער אויפֿן קריסטלעכן אַנטיסעמיטיזם. די קירך האָט אַסאָציִיִרט פּסח מיטן בלוט־בילבול און אַנדערע פֿינצטערע אויסטראַכטענישן. בעת דעם טרויעריק־באַרימטן פּראָצעס איבער מנחם־מענדל בייליסן האָט הרבֿ אַבֿרהם־יהודה חן אַרויסגעגעבן אינעם יאָר 1913 אַ בראָשור מיטן נאָמען „ייִדישקייט און בלוט‟. דער מחבר, אַ פּראָמינענטער ליובאַוויטשער חסיד, שילדערט די ייִדישע רעליגיע ווי דער ערשטער כּוח אין דער וועלט, וואָס שטעלט דעם ציל מבֿטל צו זײַן אַלע גרענעצן צווישן די פֿעלקער, סאָציאַלע שיכטן און רעליגיעזע קאָנפֿעסיעס. חנס ווערק לייענט זיך ווי אַ מין חסידישער וואַריאַנט פֿון די דערמאָנטע וועלטלעכע הגדות. דורכגעזאַפּט מיטן גײַסט פֿונעם עכטן אינטערנאַציאָנאַליזם, פֿאַרלאָזט זיך די בראָשור אויף באַקאַנטע מאמרי־חז״ל, מדרשים און חסידישע געדאַנקען.

די לשון־קודשדיקע איבערזעצונג פֿונעם קונטרס, „היהדות והדם‟, איז אַרײַן אין חנס דרײַ־בענדיקע געזאַמלטע ווערק, „במלכות היהדות‟. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אינעם נאָמען פֿונעם בראָשור שטעקט אַ ווערטערשפּיל. אויף דער אַנטיסעמיטישער טענה, אַז די ייִדן לייגן, כּלומרשט, אַרײַן דאָס בלוט פֿון קריסטלעכע קינדער אין זייער מצה, האָט דער רבֿ געענטפֿערט, אַז ייִדישקייט לייקנט אָפּ נאַציאָנאַליזם און אָנערקענט בכלל נישט קיין חילוקים צווישן מענטשן לויט זייער בלוט־אַפּשטאַם.

ווי אַן אַנדער בײַשפּיל פֿון אוניווערסאַלע מאָטיוון אין דער חסידישער טראַדיציע, קאָן מען דערמאָנען דעם ספֿר „מי השלוח‟ פֿונעם איזשביצער רבין, מרדכי־יוסף ליינער, פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1860. דער חסידישער צדיק דערקלערט, אַז ראָש־חודש ניסן ווערט אָנגערופֿן „ראָש־השנה למלכים‟, ווײַל נאָך דער יציאת־מצרים זענען ייִדן געווען גרייט צו שאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט פֿון גלײַכקייט, וווּ יעדער מענטש איז אַ מלך. ער באַמערקט אויך, אַז אין מצרים זענען די ייִדישע שקלאַפֿן געווען גאַנץ זאַט, דערפֿאַר האָבן אַ טייל פֿון זיי געוואָלט זיך אַהין אומקערן. ס׳איז אָבער בעסער צו בלײַבן הונגעריק ווי אַ פֿרײַער מענטש אינעם מידבר, באַטאָנט דער רבי, ווי צו לעבן זאַט ווי אַ שקלאַף. הגם „מי השלוח‟ פֿאָקוסירט זיך אויף ייִדן, זענען די דאָזיקע מאָטיוון בפֿירוש אוניווערסאַל.

אַן אַנדער באַקאַנטער חסידישער מאָטיוו איז רבי קלונימוס־קלמן עפּשטיין, אַ גרויסער חסידישער צדיק און אַ טיפֿער דענקער. אין זײַן קלאַסישן ספֿר „מאור ושמש‟ זאָגט ער, אַז מרים־הנבֿיאה האָט בעת איר טאַנץ נאָך יציאת־מצרים דערגרייכט אַ גרעסערע השׂגה פֿון רוחניות ווי איר ברודער, משה רבינו. אין יענער צײַט, האָבן ייִדן געקאָנט מבֿטל זײַן אַלע היעראַרכיעס, אַרײַנגערעכנט די חילוקים צווישן מענער און פֿרויען. מרים האָט זיך דעמאָלט אויפֿגעהויבן אין אַ הויכער גײַסטיקער וועלט, וווּ אַלע מענטשן זענען גלײַך און פֿאַראייניקט אין איין „טאַנץ פֿון צדיקים‟. אין משיחישע צײַטן, שטייט געשריבן אין „מאור ושמש‟, וועט די וועלט טאַקע דערגרייכן אַזאַ מדרגה.

אַזוי צי אַזוי, איז קלאָר, אַז די דיכאָטאָמיע צווישן די טראַדיציאָנעלע און פּראָגרעסיווע פּסח־סדרים איז אַ פֿאַלשע. גאָרנישט שטערט אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר צו פּראַווען דעם סדר מיט אַלע חומרות און פֿאָרט צו באַגלייטן עס מיט אַ פּירוש בנוסח „אַרבעטער־רינג‟.