די פּאָפּולערע ייִדישע אַקטריסע דאָריס ראָבערטס איז לעצטנס געשטאָרבן אין לאָס־אַנדזשעלעס אין עלטער פֿון 90 יאָר.
כאָטש זי האָט געשפּילט אין צענדליקער פֿילמען און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען במשך פֿון די לעצטע 65 יאָר, איז זי, צום מערסטנס, הײַנט באַקאַנט פֿאַר איר ראָלע אין דער פּאָפּולערער קאָמעדיע־סעריע „יעדער האָט ליב ריימאָנד‟ (1996־2005), אין וועלכער זי האָט געשפּילט דעם העלדס מאַמע, אַ בייזע ייִדענע מיט אַ גאָר שאַרפֿער צונג. צווישן אירע ווייניק־באַקאַנטע ראָלעס געפֿינט מען איר ראָלע ווי „מיס קאַוואַרסקי‟ אין דעם גאָר־אינטערעסאַנטן פֿילם „העסטער סטריט‟, וואָס מע האָט געמאַכט אויפֿן סמך פֿון אַב. קאַהאַנס נאָוועלע „יעקל‟. דער פֿילם ווײַזט דעם גורל פֿון „יעקל‟, אַ ייִדישער אימיגראַנט, וואָס קומט קיין אַמעריקע אין 1896 און ווערט אין גיכן אַסימילירט אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. יאָרן נאָך דעם וואָס „יעקל‟ ווערט פֿאַרוואַנדלט אין „דזשעק‟, קומט אָן זײַן פֿרוי און קינד פֿון אייראָפּע, און „דזשעק‟ מוז העלפֿן זײַן „גרינער‟ משפּחה, פֿון וועלכער ער פֿילט זיך גאַנץ אָפּגעפֿרעמדט.
דער פֿילם, אַרויסגעלאָזט אין 1975, איז געווען גאַנץ אוניקאַל פֿאַר זײַן צײַט, ניט בלויז ווײַל ס׳איז געווען דער ערשטער אַמעריקאַנער פֿילם פֿון זײַן תּקופֿה וועגן די אַמאָליקע ייִדישע אימיגראַנטן, נאָר אויך, ווײַל מע האָט פֿילמירט אַ סך פֿון די סצענעס אויף ייִדיש. מיט גאָר אויטענטישע קאָסטיומען, אַן עכטן פֿאַרגרײַזטן „גרינעם‟ ענגליש פֿון די דעמאָלטיקע אימיגראַנטן און אַ גאַנץ רעאַליטסטישן בליק אויף דער ווירקונג פֿון אַמעריקע אויף דער ייִדישער געזעלשאַפֿט, איז דער פֿילם געווען אַ בולטער ווענדפּונקט פֿון דעם אופֿן, ווי אַזוי די אַמעריקאַנער ייִדן שילדערן זייער אייגענע געשיכטע.
מע קען זען דעם גאַנצן פֿילם אויף „יו־טוב‟. איינע פֿון די סצענעס, אין וועלכער עס שפּילט דאָריס ראָבערטס, הייבט זיך אָן בײַ דער 48סטער מינוט. אין דער סצענע העלפֿט „מיס קאַוואַרסקי‟, אַן אַנדער אימיגראַנטקע, אָנצוטאָן אַ קאָרסעט, אַזאַ מין שנירלײַבל, וואָס איז געווען גאַנץ פּאָפּולער אין אַמעריקע מיט 120 יאָר צוריק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.