(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די ערשטע חופּה אין אַרגענטינע פֿון צװיי פֿרויען איז פֿאָרגעקומען אין דער „נײַער ייִדישער געמיינדע־עמנואל‟ און אַרויסגערופֿן אַ פּאָלעמיק אין ייִשובֿ. ראָמינאַ טשאַרור און װיקי עסקאָבאַר, װאָס האָט זיך מגייר געװען מיט דרײַ יאָר צוריק, האָבן דערקלערט, אַז זיי װילן דערציִען זייערע צוקונפֿטיקע קינדער, װי אַ ייִדישע משפּחה. ביידע האָבן געלערנט מיט דער ראַבינערקע קאַרינאַ פֿינקעלשטיין. די אָרטאָדאָקסיע האָט שאַרף רעאַגירט און נישט אָנגענומען אַזאַ „קאָמעדיע, װאָס איז קעגן דער הלכה‟, װי זיי האָבן עפֿנטלעך דערקלערט. דער קאָנסערװאַטיװער רבֿ, אַבֿרהם סקאָרקאַ, האָט געזאָגט, אַז אין דער ייִדישער רעליגיע זײַנען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע ריכטונגען און כאָטש ער רעספּעקטירט די פּאָרלעך פֿון זעלביקן מין, קען ער נישט אָננעמען דאָס, װאָס עס איז פֿאָרגעקומען.
דער אינטערנאַציאָנאַלער טאָג פֿון לאַדינאָ איז געפֿײַערט געװאָרן אין בוענאָס־אײַרעס. דער „סידיקסעף‟, די ספֿרדישע צענטראַלע, װאָס פֿאָרשט און פֿאַרשפּרייט די ספֿרדישע קולטור, האָט אָרגאַניזירט שבת, דעם 9טן אַפּריל אַ קאָנצערט מיט דער באַטייליקונג פֿון היגע קינסטלערס און אַ פֿלאַמענקאָ־אַנסאַמבל פֿון שפּאַניע. אַ ספּעציעלע אויפֿנאַמע איז פֿאָרגעקומען אין דער שפּאַנישער אַמבאַסאַדע אין בוענאָס־אײַרעס, װוּ דער אַמבאַסאַדאָר האָט געהאַלטן די צענטראַלע רעדע און אונטערגעשטראָכן די װיכטיקייט פֿון אָנערקענען די שפּאַנישע בירגערשאַפֿט פֿאַר די משפּחות, װאָס זײַנען פֿאַרטריבן געװאָרן פֿון שפּאַניע מיט איבער 500 יאָר צוריק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.