אין מאָסקווע איז צום 10טן מאָל פֿאָרגעקומען דער יערלעכער פֿעסטיוואַל „לימוד‟, וואָס אין אים האָבן אָנטייל גענומען איבער 1,500 מענטשן. דער פֿעסטיוואַל האָט געדויערט 4 טעג, און די פּראָגראַם האָט אײַנגעשלאָסן רעפֿעראַטן, געווידמעט אַ שלל מיט טעמעס, לעקציעס פֿון רבנים, קאָנצערטן, דעמאָנסטראַציעס פֿון פֿילמען און פּרעזענטאַציעס פֿון נײַע ביכער און פּראָגראַמען.
אין רוסלאַנד איז „לימוד‟ געוואָרן אַ פּאָפּולערע געשעעניש, בפֿרט פֿאַר צוויי גרופּעס מענטשן: טאַטע־מאַמעס וואָס ווילן אַרומרעדן פֿראַגן פֿון גידול הבנים, און פֿאַר מענטשן וואָס ווילן אַרומרעדן די פּאָליטישע סיטואַציע אין לאַנד. דער גרעסטער טייל רעפֿעראַטן און דיסקוסיעס איז געווען געווידמעט דווקא די דאָזיקע צוויי טעמעס.
אין דער מאָסקווער „ביבליאָטעק פֿון אויסלענדישער ליטעראַטור‟ איז פֿאָרגעקומען אַ קאָנפֿערענץ לזכר יעקאַטערינאַ געניעוואַ — איר דירעקטאָרין, וואָס איז ניפֿטר געוואָרן דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער. די טעג וואָלט זי געוואָרן 70 יאָר אַלט. די קאָנפֿערענץ איז געווען געווידמעט דעם ייִׅדישן בוך און דעם אַנאַליזירן אַנדערע שריפֿטלעכע קוואַלן. געניעוואַ האָט געשפּילט אַ ריזיקע ראָלע אינעם צוריקקערן ייִׅדישע ביכער צו דער רוסישער וויסנשאַפֿט, און אין דער „ביבליאָטעק פֿון אויסלענדישער ליטעראַטור‟ האָט געפּועלט „דאָס הויז פֿון ייִׅדישן בוך‟. די רעפֿעראַטן זענען געווען געווידמעט פֿאַרשיידענע זאַמלונגען ייִׅדישע ביכער און כּתבֿ־ידן אין רוסלענדישע ביבליאָטעקן, בתוכם די שנאורסאָן־ביבליאָטעק, ווי אויך די נײַע כּלים פֿון פֿאָרשן די ייׅדישע קולטור — קאָרפּוסן, דאַטאַבאַזעס און אַנדערע.
דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט פֿאַרבעטן קיין מאָסקווע פּראָפֿעסאָר שלום צבר, דעם קענער פֿון ייִדישער קונסט. דאָס מאָל האָט ער געהאַלטן דרײַ רעפֿעראַטן. דער ערשטער איז געווען געווידמעט די געשטאַלטן פֿון ייִׅדן בײַ רעמבראַנדט (צבר האָט געוויזן אַז דאָס רובֿ בילדער וואָס מע האַלט פֿאַר רעמבראַנדטס פּאָרטרעטן פֿון ייִׅדן זענען ניט קיין פּאָרטרעטן פֿון ייִדן און געהערן ניט צו רעמבראַנדט). אינעם צווייטן רעפֿעראַט האָט צבר דערציילט וועגן דער קונסט פֿון פּאָרטוגעזישע ייִדן אין אַמסטערדאַם, און אינעם דריטן האָט ער אָפּגעשפּיגלט די באַוועגונג פֿון שבתי־צבֿי אין דער האָלענדישער קונסט — סײַ די קריסטלעכע, סײַ די ייִׅדישע.
פּראָפֿ׳ צבר טרעט אויף אין „אשכּולות‟ שוין ניט צום ערשטן מאָל. ער אינטערעסירט דעם עולם ניט בלויז צוליב זײַנע רעפֿעראַטן און אַרטיקלען, נאָר אויך צוליב זײַן ביאָגראַפֿיע: ער איז געבוירן געוואָרן אין קורדיסטאַן, און איז געווען דאָס לעצטע קינד אין דער משפּחה וואָס איר מאַמע־לשון איז אַרמית.
אינעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי האָט זיך געעפֿנט אַ נײַע אויסשטעלונג: „עבֿודת הלבֿ: חסידות — צדיקים, תשמישי קדושה, ספרים‟. די אויסשטעלונג דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿון דער חסידישער באַוועגונג און איר אָנפֿירער, וועגן דער איבערזעצונג פֿון חסידישער לערע, וועגן אירע הייליקע טעקסטן, וועגן חסידישער פֿילאָסאָפֿיע און מיסטיק. אויסגעשטעלט זענען ספֿרים פֿון דער שנאורסאָן־זאַמלונג, ווי אויך עקספּאָנאַטן פֿון די ביידע ייִׅדישע מוזייען אין מאָסקווע, וואָס זענען שייך־ קודם־כּל־ דעם פֿאָלקסטימלעכן יהדות: קמעות, פּאָרטרעטן פֿון צדיקים, חסידישע מלבושים און אַנדערע. די אויסשטעלונג וועט זײַן אָפֿן ביזן 3טן יולי.
צוויי פּרעמיערעס: אין מאָסקווע איז פֿאָרגעקומען די ערשטע פֿאָרשטעלונג פֿון דער אָראַטאָריע „עקסאָדוס טריאַדע‟ (מיר האָבן שוין דערציילט וועגן איר), און אין רוסישע קינאָ־טעאַטערס האָט מען אָנגעהויבן צו דעמאָנסטרירן אַ נײַעם פֿילם וועגן רוסלענדישע ייִדן פֿונעם באַרימטן טעלעוויזיע־זשורנאַליסט לעאָניד פּאַרפֿיאָנאָוו.
דער פֿילם באַשטייט פֿון 3 סעריעס, און די ערשטע, שוין באַוויזענע, דערציילן וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדן אין רוסלאַנד אין אַ גאָר לאַנגער תּקופה — פֿון מיטל־אַלטער ביז דער רעוואָלוציע פֿון 1917. דער עיקר, ווערט דערציילט וועגן דער פּאָליטיק פֿון קאַטאַרינאַ דער צווייטער וואָס האָט באַקומען נײַע טעריטאָריעס באַפֿעלקערטע מיט ייִׅדן; וועגן דעם וועג צו אַסימילאַציע אין משך דעם 19טן י”ה, און וועגן דער באַטייליקונג פֿון די ייִׅדן אין פּאָליטישן לעבן נאָך דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע אין 1905. דער פֿילם איז גוט געמאַכט און דער רעזשיסער האָט זיך געעצהט מיט מבֿינים פֿון ייִׅדישער געשיכטע). די קומעדיקע צוויי סעריעס וועלן דערציילן וועגן דער געשיכטע פֿון ייִׅדן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און דער עמיגראַציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.