(די 2 טע זײַט פֿון 2)
כאַראַקטעריסטיש, אַז די סאָוועטישע פּרעסע האָט גאַנץ וואַרעם דערציילט וועגן עגנונען. נאָך מער: אַהרן ווערגעליס, רעדאַקטאָר פֿונעם מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, האָט זיך געטראָפֿן מיטן נײַעם נאָבעל־לאַורעאַט, ווען יענער האָט, פֿאָרנדיק פֿון שוועדן, זיך אָפּגעשטעלט אין לאָנדאָן. אין קיין איבערזעצער האָבן זיי זיך ניט גענייטיקט. עגנון האָט דאָך ניט פּשוט געקענט ייִדיש; אייניקע ווערק זײַנע האָט ער אָנגעשריבן אויף ייִדיש.
ס׳איז קלאָר, אַז ווערגעליס וואָלט אָן אַ דערלויבעניש פֿון די „הויכע פֿענצטער‟ בשום־אופֿן זיך ניט פֿאַרבונדן מיט קיין ישׂראלדיקן שרײַבער. און קיין לאָנדאָן האָט ער אויך ניט געקענט זיך אַרײַנכאַפּן סתּם אַזוי, לויט זײַן אייגענער איניציאַטיוו. דאָס האָט געמוזט זײַן דורכגעטראַכט און ניט איין מאָל איבערגערעדט. ווערגעליסעס באַריכט וועגן זײַן לאָנדאָנער באַגעגעניש איז אַרויס ניט בלויז אין „סאָוועטיש היימלאַנד‟, נאָר אויך אויף רוסיש, אין דער צײַטונג פֿונעם סאָוועטיש שרײַבער־פֿאַראיין.
בינו־לבינו, האָבן זיך געפֿירט פֿאַרהאַנדלונגען צווישן דעם זעבלן ווערגעליסן און אַבֿרהם סוצקעווערן, רעדאַקטאָר פֿון דעם ישׂראלדיקן ליטעראַרישן זשורנאַל „די גאָלדענע קייט‟. די רייד איז געגאַנגען וועגן צונויפֿשטעלן „גאַסט־נומערן‟. לויט דעם דאָזיקן פּלאַן, וואָלט „די גאָלדענע קייט‟ געדרוקט אַ נומער מיט ווערק סאָוועטישע שרײַבער, בעת דער „סאָוועטיש היימלאַנד‟ וואָלט געדרוקט ישׂראלדיקע שרײַבער. אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, זײַנען ווערגעליס און סוצקעווער געווען פּערזענלעך באַקאַנט — פֿון דער צײַט, ווען סוצקעווער איז נאָך געווען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
אָנהייב דעצעמבער 1966 איז געשען אַ גאָר וויכטיקע זאַך. אין יענער צײַט איז אין פֿראַנקרײַך געווען אויף אַ באַזוך דער סאָוועטישער פּרעמיער־מיניסטער אַלעקסיי קאָסיגין. דער הויכגעשטעלטער סאָוועטישער גאַסט האָט פּאָזיטיוו געענטפֿערט אויף אַ פֿראַגע פֿון אַ זשורנאַליסט, צי די סאָוועטישע רעגירונג איז געווען גרייט אַרויסלאָזן אַזעלכע מענטשן, וואָס „ווילן זיך פֿאַראייניקן מיט זייערע אויסלענדישע קרובֿים‟. די דאָזיקע ווערטער זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין דער מאָסקווער צײַטונג „איזוועסטיִיאַ‟ און מע האָט זיי אויסגעטײַטשט ווי אַ קלאָרן סיגנאַל, אַז מע קען אָנגעבן דאָקומענטן אויף אַרויסצופֿאָרן פֿון לאַנד. קאָסיגין האָט, בלי־ספֿק, זיך צוגעגרייט צו אַזאַ פֿראַגע, זי פֿריִער דורכגערעדט, אפֿשר, מיט לעאָניד ברעזשנעוון.
אָבער פֿון אָט דער גאַנצער „אָדליגע‟ איז אין דעם פֿראָסט פֿון דער קאַלטער מלחמה ממש גאָרנישט ניט פֿאַרבליבן אין יוני 1967, ווען ישׂראל האָט געמוזט פֿירן אַ מלחמה, וואָס איז באַקאַנט ווי די זעקס־טאָגיקע מלחמה, מיט די אַראַבישע שכנים. דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט באַשולדיקט ישׂראל אין „אַגרעסיע‟ און אָפּגעריסן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיטן „אַגרעסאָר‟. און אַזוי איז עס פֿאַבליבן כּמעט ביזן סוף פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.