נײַעס פֿון וואַרשע

News from Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published April 26, 2016, issue of May 13, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

הויפּט־רבֿ פֿון פּאָזנאַן איז נישט קיין רבֿ אָדער אַפֿילו אַ ייִד

יאַצעק נישטשאָטאַ
Facebook
יאַצעק נישטשאָטאַ

די וועלט איז פֿול מיט נסים. ווי מיר האָבן שוין געשריבן, איז די דירעקטאָרין פון דער פּריוואַטער ייִדישער פֿאָלקס־שול אין וואַרשע אַ פּוילישע פֿרוי, וואָס קען נישט קיין צורת אות.

אין פּאָזנאַן אָבער איז מען געגאַנגען אַ שריט ווײַטער. די פּוילישע צײַטונג „גלאָס וויעלקאָפּאָלסקי‟ האָט נאָר וואָס געמאָלדן, אַז דער אַזוי גערופֿענער „הויפּט־רב‟ פֿון פּאָזנאַן איז נישט קיין רבֿ. נאָך אַ זאַך: ער קען נישט קיין צורת אות. נאָך אַ זאַך: ער איז נישט קיין ייִד.

דער כּלומרשט־רבֿ האָט, פֿון דעסט וועגן, גענומען אָנטייל אין כּל־המינים באַגעגענישן און צערעמאָניעס. ער האָט, למשל, רעפּרעזענטירט די ייִדישע גמינע אין אַן עקומענישן צוזאַמענטרעף מיט אַ ביסקופּ און אַן אימאַם, טאַקע אין פּאָזנאַן. הכּלל, ער איז געוואָרן אַ שטיקל פּערזענלעכקײַט אין דער מעדיאַ.

איין מאָל האָט זײַנס אַ בן־עיר אים געזען אויפֿן עקראַן. ער איז נבֿהל און נשתּומם געוואָרן און געלאָזט וויסן די זשורנאַליסטן, אַז דער רבֿ איז נישט קיין רבֿ, ער הייסט נישט יעקבֿ בן ניסטעל נאָר פּראָסט־פּשוט — יאַצעק נישטשאָטאַ (JACEK NISZCZOTA).

און מיט ייִדן האָט ער גאָר קיין שײַכות נישט. ער איז נישט געבוירן געוואָרן אין חיפֿה, און מיט ישׂראל האָט ער אויך קיין שום שײַכות נישט.

אין פּוילן, אגבֿ, איז נישט שווער צו ווערן א הויפּט־רבֿ פון דעם אָדער יענעם. קיין וועד ארבע ארצות האָבן מיר שוין נישט. ווי עס שטייט אין פּסוק: בימים ההם אין מלך בישׂראל, איש הישר בעיניו יעשה. מאַכט רש״י: ווער סע וויל, זאָגט וואָס ער וויל. די צײַטונגען וועלן שוין באַריכטן וועגן דעם. נו, אויב סע שטייט געשריבן אין די צײַטונגען איז דאָס במילא אַ פֿאַקט און אַ גוטן טאָג.

די ישׂראלדיקע צײַטונג „מעריב‟ גיט איבער, אַז דער גויִשער רבֿ פֿלעגט האַלטן די תּורה מיטן קאָפּ אַראָפּ. צום באַדויערן איז ער נישט דער איינציקער, אָבער מילא.

ווי מיר האָבן שוין איבערגעגעבן אין אַ פֿריִערדיקן באַריכט: ווען איר וועט קומען קיין פּאָזנאַן וועט איר שוין נישט קענען דאַווענען אין דער אָרטיקער שיינער גרויסער שול. שווימען וועט איר דאָרט יאָ קענען. אין הסכּם מיט די אָנפֿירער פון דער אָרטיקער קהילה ווערט די שול פֿאַרוואַנדלט אין אַ האָטעל מיט אַ שיינעם באַסיין.

אַ גאַס קריגט אַ נײַער נאָמען: „ראַוּל וואַלענבערג גאַס‟

אַ קליינע גאַס וואָס פֿירט צום „גזשיבאָווסקי פּלאַץ‟ אין מיטן וואַרשע וועט פֿון הײַנט אָן הייסן די „ראַוּל וואַלענבערג גאַס‟. אויפֿן גזשיבאָווסקי פּלאַץ קען מען די טעג זען אַן אויסשטעלונג געווידמעט וואַלענבערגן — אַן איניציאַטיוו פֿונעם שוועדישן אינסטיטוט. וואַלענבערג איז געווען אַ שוועדישער דיפּלאָמאַט אין אונגאַרן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. ער האָט געראַטעוועט צענדליקער טויזנטער אונגאַרישע ייִדן און איז פֿאַררעכנט פֿאַר אַ חסיד אומות העולם. ער האָט אויסגעטיילט שוועדישע פּאַספּאָרטן, כּדי ייִדן זאָלן קענען זיך אַריבערציִען אין דער אַזוי גערופֿענער נייטראַלער געטאָ אין בודאַפּעשט.

וואַלענבערג האָט געדריקט אויף הויכגעשטעלטע אונגאַרישע און דײַטשע שישקעס, כּדי צו פֿאַרמײַדן די פֿאַרשיקונג פון ייִדן קיין אוישוויץ. ווען די רויטע אַרמיי האָט אײַנגענומען אונגאַרן איז ער גענומען געוואָרן קיין רוסלאַנד. וואַלענבערג, וואָס איז געווען אין קאָנטאַקט מיט די סאָוועטן, איז דעמאָלט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, נישט איבערלאָזנדיק קיין שפּורן. אַ סך גלייבן, אַז די רוסן האָבן אים אומגעבראַכט. די פֿראַגע איז פֿאַר וואָס?

די באַנדיטן פֿון דער קאַ־גע־בע האָבן מסתּמא נישט געקאָנט פֿאַרשטיין אַזאַ מענטש ווי וואַלענבערג. ער איז געווען דער סאַמע היפּוך פֿון זיי. אַן אידעאַליסט, אַן אַריסטאָקראַט, אַ פֿילאָסעמיט, אַ הומאַניסט.

אַ מענטש וואָס טוט אַלץ לשם שמים.

במילא האָבן זיי באַשלאָסן אַז ער מוז זײַן אַן אַמעריקאַנער אַגענט. ווען עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז ס׳איז נישט געשטויגן און נישט געפֿלויגן, האָבן זיי מסתּמא נישט געוואָלט מודה זײַן אַז זיי האָבן געפּײַניקט א מענטשן אומזיסט און אומנישט. האָבן זיי אים דערהרגעט. דאָס, פֿאַרשטייט זיך, קענען מיר זיך נאָר משער זײַן.