דעם 21סטן אַפּריל איז דערעפֿנט געװאָרן אין בוענאָס־אײַרעס, דער 42סטער אינטערנאַציאָנאַלער ביכער־יאַריד. אויף אַ שטח פֿון איבער 45,000 קװאַטראַט מעטער װעלן במשך פֿון 3 װאָכן איבער אַ מיליאָן לייענערס און איבער 12,000 פּראָפֿעסיאָנאַלן פֿון דער ביכער־אינדוסטריע, שרײַבערס, פֿאַרלעגערס און בוכהענדלערס זיך באַטייליקן אין דער גרעסטער אונטערנעמונג פֿון דער שפּאַנישער שפּראַך.
אויך ייִדישע אינסטיטוציעס האָבן אָרגאַניזירט רעפֿעראַטן און קאָנצערטן. דאָנערשטיק, דעם 27סטן האָט דער קולטור־דעפּאַרטאַמענט פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה צוזאַמען מיטן „אינאַדי‟ — דער מלוכישער אינסטיטוט קעגן דיסקרימינאַציע, קסענאָפֿאָביע און ראַסיזם, אָרגאַניזירט אַן אָװנט מיט דער באַטייליקונג פֿון ד״ר כאַװיער בוכאַן, דירעקטאָר פֿון אינסטיטוט און הרבֿ ד״ר פֿישל שלײַען, דירעקטאָר פֿון קולטור־דעפּאַרטאַמענט. אין זייערע עקספּאָזעס האָבן זיי באַהאַלנדלט די טעמע „קולטור װי אַ הויפּטמיטל אין קאַמף קעגן דער דיסקרימינאַציע‟. ביידע האָבן פֿירגעבראַכט די טעטיקייטן פֿון זייערע אינסטיטוציעס אויף דעם געביט.
אין בוענאָס־אײַרעס האָט זיך אָנגעהויבן אַ קאַמפּיין קעגן די הויכע פּרײַזן פֿון דער מצה. װען אין אורוגװײַ קאָסט אַ קילאָ 5 דאָלאַר, אין לאָנדאָן — 3 דאָלאַר, אין ניו־יאָרק — 5 דאָלאַר, און אין תּל־אביבֿ אַ פּעקל פֿון 2.5 קילאָ 2.70 דאָלאַר, קאָסט אין בוענאָס־אײַרעס אַ קילאָ — 14 דאָלאַר. די קהילה און יחידים האָבן פֿאַרטיילט מצה צװישן נישט־פֿאַרמעגלעכע משפּחות אין אַ „מעות חיטין־קאַמפּיין‟ װאָס איז הײַיאָר פֿאַרשטאַרקט געװאָרן. דערװײַל איז ניטאָ קיין ענטפֿער פֿאַר װאָס איז הײַיאָר דער פּרײַז אַזוי געשטיגן.
די װאַלענבערג־פֿונדאַציע אין בוענאָס־אײַרעס האָט באַערט דעם שפּיטאָל „ביספּעביערג‟ אין קאָפּענהאַגען. װען אין אָקטאָבער 1943 זײַנען דעפּאָרטירט געװאָרן די קאָפּענהאַגער ייִדן, האָט דער דירעקטאָר פֿון שפּיטאָל, ד״ר קאַרל קאָסטער, איבערגעגעבן אַלע בעטן פֿון שפּיטאָל צו ייִדן מיט פֿאַלשע קריסטלעכע נעמען און זיי שפּעטער אַריבערגעפֿירט קיין שװעדן. דער פּרעזידענט פֿון דער װאַלענבערג־פֿונדאַציע, עדואַרדאָ עורנעקיאַן, האָט אויסגעצייכנט דעם שפּיטאָל װי אַ „שטוב פֿון לעבן‟ און אַ טאָװל װעט אין גיכן אויפֿגעקלעפּט װערן בײַם אַרײַנגאַנג. דער אַמבאַסאַדאָר פֿון דענמאַרק אין אַרגענטינע איז בײַגעװען דעם אַקט.
די װעלט מערקט הײַיאָר אָפּ 400 יאָר נאָכן טויט פֿון צװיי פּראָמינענטע שרײַבערס, סערװאַנטעס און שעקספּיר. אין בוענאָס־אײַרעס האָט די „נײַע געמיינדע־עמנואל‟ אָרגאַניזירט אַ לעקציע מיט דער פּראָפֿעסאָרין פֿון טוקומאַנער אוניװערסיטעט מאַריאַ אסתּר זילבערמאַן־ציװינער, װעגן „שעקספּיר — דער סוחר פֿון װענעדיק און דער אַנטיסעמיטיזם‟. זי האָט אַרײַנגעפֿירט אין איר עקספּאָזע ביידע שטעלונגען לגבי דער דראַמע און אַנאַליזירט װי אַזוי פֿאַרשיידענע רעזשיסאָרן קענען אַרײַנפֿירן זייער אידעאָלאָגיע בײַם אויפֿפֿירן דאָס קלאַסישע װערק.
יעדן דאָנערשטיק קומען זיך צונויף אין דער „נײַער געמיינדע־עמנואל‟ ייִדיש־רעדערס מיטן ציל צו שמועסן אויף ייִדיש. די גרופּע הייסט „פֿאַרשטייסט ייִדיש?‟ און די לערערין סילװיאַ װענגער קאָאָרדינירט די אַקטיװיטעטן.
דער לאַטײַן־אַמעריקאַנער ראַבינער־סעמינאַר האָט צוגעגרייט אַן אַפּליקאַציע װוּ מען קען לערנען װי אָפּצוריכטן דעם סדר. „15 שריט אין 15 מינוט‟ װײַזן װי דאָס צו טאָן. אַ פּאָר הונדערט באַזוכערס האָבן גענאָסן פֿון דער איניציאַטיװ.
די בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט פּובליקירט איר באַריכט פֿון די דורכגעפֿירטע איניציאַטיװעס פֿאַרן יאָר 2015. פּראָיעקטן, פּראָגראַמען און אונטערגענומענע אַקציעס װײַזן אויף אַ בולטן אופֿן די פֿאַרצװײַגטע טעטיקייטן פֿון דער קהילה אויף פֿאַרשיידענע פֿעלדער. סאָלידאַריטעט און קולטור פֿאַרנעמען דעם אויבן־אָן.
דער פֿילאָסאָפֿישער פֿאַקולטעט פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער אוניװעסיטעט האָט געשאַפֿן אַן „אינסטיטוט פֿון דער קונסט פֿון ספּעקטאַקלען‟. דער ציל איז צו פֿאָרשן און פּובליקירן מאַטעריאַלן, װאָס האָבן אַ שײַכות צו דער טעמע. דער אַרגענטינער ייִװאָ װעט מיטהעלפֿן, מיט זייערע אַרכיװן, און באַדינען די יונגע פֿאָרשערס. די פּראָפֿ׳ שושנה סקוראַ, אַ כּסדרדיקע מיטאַרבעטערין אין די טעטיקייטן פֿון ייִװאָ, איז נאָמינירט געװאָרן אין דער אָרגאַניזיר־קאָמיסיע און צוזאַמען מיט דער אַרכיװ־דירעקטאָרין פֿון ייִװאָ, סילװיאַ האַנסמאַן, האָבן זיי שוין אָנגעהויבן אויסאַרבעטן פּלענער פֿאַר דער צוקונפֿטיקער מיטאַרבעט.
יאַן קערשאָוס בוך „די נאַצישע דיקטאַטור‟ איז פּרעזענטירט געװאָרן אין בוענאָס־אײַרעס. אַ פּראָפֿעסאָר פֿון הײַנטצײַטיקער געשיכטע אין שיפֿילדס אוניװעסיטעט, אין ענגלאַנד, האָט ער זײַן גאַנץ אַקאַדעמיש לעבן אָפּגעגעבן אין פֿאָרשן דעם נאַציזם און פּובליקירט פֿונדאַמענטאַלע װערק אויף דער טעמע. „היטלערס מיטאָס‟, „טראַנסצענדענטאַלע באַשלוסן‟, „היטלער, די דײַטשן און די ענדגילטיקע לייזונג‟, און „היטלערס ביאָגראַפֿיע‟ אין 2 בענד, זײַנען רעפֿערענץ־ביכער אויף דער טעמע. זײַן לעצט בוך, „דער סוף‟, װערט איצט צוגעגרייט צום דרוק און װעט אין גיכן דערשײַנען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.