צוויי גאָר אַנדערע קוקווינקלען פֿונעם ייִדישן עבֿר

Two Very Distinct Perspectives of the Jewish Past

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published May 01, 2016, issue of May 27, 2016.

קאַראָלינאַ שימאַניאַק
Youtube
קאַראָלינאַ שימאַניאַק

ייִדישע היסטאָריקער באַטראַכטן כּסדר רוסלאַנד און פּױלן װי אײן רעגיאָן. אַזאַ מין צוגאַנג שטאַמט פֿון שמעון דובנאָװ, און ער איז לעצטנס װידער באַנוצט געװאָרן אינעם היסטאָרישן איבערזיכט פֿון ענטאָני פּאָלאָנסקי.

אָבער װען מען קוקט אױף דעם, װי אַזױ מען באַהאַנדלט דעם ייִדישן עבֿר אין רוסלאַנד און פּױלן הײַנט־צו־טאָג, זעט מען אַ גװאַלדיקן חילוק. דער אונטערשייד אין דער באַציִונג צו דער ייִדישער ירושה איז אַ פּועל־יוצא פֿון דעם, אַז רוסלאַנד און פּױלן זײַנען געגאַנגען פֿאַרשידענע דרכים זינט דעם סוף פֿון דער קאָמוניסטישער תּקופֿה.

דער אונטערשייד צװישן דעם „רוסישן‟ און דעם „פּױלישן‟ קוקװינקל זעט מען ניט נאָר בײַ די פֿאָרשער, וואָס געפֿינען זיך נאָך אין די צוויי לענדער. די פּױלישע און די רוסישע שיטה פֿון ייִדישע שטודיעס זעט מען אויך בײַ די פֿאָרשער פֿון יענע לענדער, וואָס וווינען איצט אין אַמעריקע און ישׂראל. דאָס האָט זיך בולט אַרױסגעװיזן בעת צװײ אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן, װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען לעצנטס אין בראַנדײַס־אוניװערסיטעט און אינעם אוניװערסיטעט פֿון אילינוי אין שיקאַגע.

אי אין רוסלאַנד גופֿא אי צװישן די פֿאָרשער פֿון דער רוסיש־ייִדישער געשיכטע און קולטור באַטראַכט מען דעם עבֿר דורכן אַלטן שפּאַקטיװ: „װאָס איז געװען גוט פֿאַר די ייִדן? און װאָס איז געװען שלעכט פֿאַר די ייִדן?‟. לרובֿ זײַנען די אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען באַצװעקט אױף די זוכענישן פֿון דער רוסיש־ייִדישער אידענטיטעט, אַ מאָל און הײַנט. אײן שיטה באַטאָנט רדיפֿות, דיסקרימינאַציע, און די ייִדישע רעאַקציע דערקעגן, בעת זײער צד־שכּנגד פֿאַרנעמט זיך מיט אינטעגראַציע, דערפֿאָלג און דעם ייִדישן בײַטראָג אין דער רוסישער קולטור.

די דאָזיקע חקירות מעגן זײַן גאַנץ אינטערעסאַנט און װיכטיק, אָבער זײ פֿאַרבלײַבן אױף די ראַנדן פֿון דער אַלגעמײנער רוסישער און סאָװעטישער געשיכטע און האָבן אַ קנאַפּן שײַכות צו די איצטיקע דאגות־היום. די פּני פֿון דער רוסישער ייִדישער קהילה, סײַ דער רעליגיעזער, סײַ דער װעלטלעכער, זײַנען לרובֿ געטרײַע שטיצער פֿון פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטינס רעזשים, און פּוטין אַלײן איז אױך אַ „גוטער פֿרײַנד‟ פֿון די ייִדן. אַזאַ מין סימפּאַטיע צװישן ייִדן און דער מלוכה טרעפֿט זיך זעלטן אין דער רוסיש־ייִדישער געשיכטע, און אפֿשר דערפֿאַר טאַקע איז די ייִדישע פּראָבלעמאַטיק ניט אַזױ חשובֿ פֿאַר די אַקטועלע עפֿנטלעכע װיכּוחים אין רוסלאַנד.

אין פּױלן זעט דער ייִדישער ענין אױס אַנדערש. אין פֿאַרגלײַך מיט רוסלאַנד איז די ייִדישע באַפֿעקלערונג דאָ זײער אַ קנאַפּע, אָבער דער אינטערעס צו דער „ייִדישער פֿראַגע‟ צװישן דער פּױלישער אינטעליגענץ איז טיפֿער און שאַרפֿער, אײדער אין רוסלאַנד. אין תּוך גענומען גײט עס מער אין פּױלן אײדער אין די ייִדן. בהדרגה װערט די פּױלישע עפֿנטלעכקײט געװױר, אַז ייִדן האָבן פֿאַרנומען אַ ביז גאָר װיכטיק אָרט אין דער פּױלישער געזעלשאַפֿט. זײער „פֿאַרשװינדונג‟ בעת דער מלחמה בלײַבט עד־היום קױם באַמערקט דורך די פּאָליאַקן פֿון אַ גאַנץ יאָר. אַזױ אַרום װערט דער ענין פֿון די ייִדנס „ניט־זײַן‟ אַן עפֿנטלעכע פּראָבלעם, װאָס מען מוז אַזױ אָדער אַנדערש לײזן.

דער װאַרשעװער פֿילאָסאָף אַנדזשײ לעדער דערקלערט דאָס לאַנגיאָריקע פֿאַרשװײַגן פֿונעם ייִדישן חורבן װי אַ פּועל־יוצא פֿונעם דערשטיקטן שולד־געפֿיל. און כאָטש בלױז אַ קלײנע צאָל פּאָליאַקן האָבן מיטגעהאָלפֿן די דײַטשן צו הרגענען ייִדן, זײַנען דאָס רובֿ בײַגעשטאַנען און האָבן דערנאָך אַזױ אָדער אַנדערש גענאָסן פֿונעם חורבן. מען האָט זיך אַרײַנגעצױגן אין ייִדישע שטיבער, גענומען זײער האָב־און־גוטס, פֿאַרנומען זײערע שטעלעס אױף דער אַרבעט. לעדער טענהט, אַז דער אױפֿקום פֿונעם שטאָטישן פּױלישן מיטלשטאַנד נאָך דער מלחמה איז געװען אַ פּועל־יוצא פֿונעם ייִדישן חורבן, װאָס האָט פֿאַרניכטעט דעם ייִדישן מיטלשטאַנד. ער האַלט, אַז פּױלן מוז אָנערקענען זײַן שולד פֿאַר די ייִדן און אױפֿהערן זיך האַלטן פֿאַר אַ קרבן פֿון דער געשיכטע.

קאַראָלינאַ שימאַניאַק
Youtube
קאַראָלינאַ שימאַניאַק

און װאָס פֿאַר אַן אָרט פֿאַרנעמט טאַקע ייִדיש און די ייִדישע ליטעראַטור אין דער פּױלישער קולטור־געשיכטע? װאָס פֿאַר אַ שײַכות האָט ייִדיש צו פּױלן? די דאָזיקע קשיאות האָט באַהאַנדלט די װאַרשעװער ליטעראַטור־פֿאָרשערין קאַראָלינאַ שימאַניאַק. זי האָט קריטיש אַנאַליזירט פֿאַרשידענע טעאָריעס, װאָס שײך ייִדיש איז עס אַ צוגאָב־טײל פֿון דער פּױלישער קולטור? אַן אױטאָנאָמע קולטור? אַ מין גבֿית־עדות פֿון דער אומגעקומענער ייִדישער ציװיליזאַציע? צי אַן עקזאָטישער פֿענאָמען, װאָס האָט זיך צעבליט אױפֿן דאַרן פּױלישן באָדן? און כאָטש מען קאָן ניט קומען צו קײן באַשטימטן אױספֿיר, זײַנען די אַלע השׂגות װיכטיק צו פֿאַרשטײן די פֿילזײַטיקײט פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער קולטור. עס װאָלט געװען ניצלעך צו האָבן אַ זאַמלבוך, װאָס זאָל צונױפֿברענגען אָט די פֿאַרשידענע אױסטײַטשונגען און מעטאָדאָלאָגישע צוגאַנגען אין דער פֿאָרם פֿון אַ דיסקוסיע.

די רוסישע געזעלשאַפֿט, להיפּוך, האָט ניט קײן ייִדישע „דאגות‟. דער אָפֿיציעלער סאָװעטישער נוסח פֿון דער געשיכטע, װאָס באַטראַכט די צװײטע װעלט־מלחמה װי די „גרױסע פּאַטריאָטישע מלחמה‟ פֿונעם סאָװעטישן פֿאָלק קעגן דעם דײַטשישן פֿאַשיזם בלײַבט עד־היום קוראַנט. ייִדן פֿאַרנעמען דערין אַ זײַטיק אָרט װי אומשולדיקע קרבנות, בײַ גלײַך מיט אַנדערע פֿעלקער. װאָס שײך זײער עבֿר אונטער די צאַרן, איז דאָס אַ רײן אַקאַדעמישער ענין, בפֿרט אַז דער אַמאָליקער תּחום־המושבֿ איז פֿאַרבליבן כּמעט אין גאַנצן מחוץ די גרענעצן פֿון דער איצטיקער רוסישער פֿעדעראַציע. און על אחת כּמה וכּמה איז פּױלן שױן לאַנג אַ פֿרעמד לאַנד, מיט זײַנע אײגענע אײראָפּעיִשע פּראָבלעמען, װאָס זײַנען פֿרעמד דער רוסישער געזעלשאַפֿט.