כּמעט 500 מענטשן זענען געקומען אויפֿן ערשטן ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל אין קאַסאַבלאַנקע. די אייגנאַרטיקע אונטערנעמונג האָט אָרגאָניזירט אַ ספֿרדישע פֿרוי פֿון אַטלאַנטע, דזשאָרדזשיע.
דער דרײַ־טאָגיקער פֿעסטיוואַל, וואָס האָט זיך געשלאָסן דעם פֿאַרגאַנגענעם מיטוואָך, איז באַשטאַנען פֿון דרײַ פֿילמען וועגן די „קאָנסעקווענצן פֿון דער עמיגראַציע פֿון די ייִדן, וואָס זענען אַ מאָל געווען טיף אײַנגעוואָרצלט אין דער מאַראָקאַנער געזעלשאַפֿט,‟ האָט די אָרגאַניזירערין, וואַנעסאַ פּאַלאָמאַ, געזאָגט דער ייִט״אַ. יעדער פֿילם האָט צוגעצויגן בערך 150 צוקוקער.
איינער פֿון די פֿילמען איז געווען Aida, וואָס מאַראָקאָ האָט געהאַט אַרײַנגעשיקט דעם זשורי פֿון די „אַקאַדעמיע־פּרעמיעס‟ אין דער קאַטעגאָריע, בעסטער פֿילם אין אַן אויסלענדישער שפּראַך. דער פֿילם שילדערט אַ פּאַריזער ייִדישע מוזיק־לערערין, וואָס לײַדט פֿון ראַק.
דער צווייטער פֿילם, Midnight Orchestra, דערציילט וועגן דעם זון פֿון אַ ייִדישן מוזיקער, וואָס האָט פֿאַרלאָזט מאַראָקאָ צוליב דער וואַקסנדיקער שפּאַנונג צווישן די ייִדן און אַראַבער, נאָך דער יום־כּיפּור מלחמה.
דער עולם האָט רעאַגירט שטאַרק פּאָזיטיוו אויפֿן פֿעסטיוואַל, האָט פּאַלאָמע, אַ זינגער פֿון יודעאָ־שפּאַנישער מוזיק, באַמערקט. זי האָט זיך אַליין באַזעצט אין קאַסאַבלאַנקע אין 2009 מיט איר מאַראָקאַניש־ייִדישן מאַן, מאָריס עלבאַז, וועלכער האָט איר געהאָלפֿן פּראָדוצירן דעם פֿעסטיוואַל אויף אַן אופֿן, וואָס האָט געקאָסט ווייניק געלט, אַ דאַנק דעם וואָס די פֿילמאָגראַפֿן האָבן נישט גערעכנט קיין געלט.
דער פֿעסטיוואַל האָט אָבער אויך אַרויסגערופֿן אַ נעגאַטיווע רעאַקציע אין לאַנד. הגם מאַראָקאָ איז איינס פֿון די איינציקע מוסולמענישע לעדער, וווּ מע קאָן עפֿנטלעך פֿײַערן ייִדישע אונטערנעמונגען, איז אויך פֿאַראַן אַן עקסטרעמע אַנטי־ישׂראלדיקע פּאַרטיי, וואָס ניצט אַנטיסעמיטישע רעטאָריק פֿון צײַט צו צײַט.
דזשאַואַד בענייסי, אַ געוועזענער מיטגליד פֿון דער פּאַרטיי, וואָס הייסט דער „סאָציליסטישער פֿאַרבאַנד פֿון פּאָפּולערע כּוחות‟, האָט געטענהט אויף „פֿייסבוק‟, אַז „קונסטווערק געשאַפֿן פֿון סתּם מענטשן האָבן בכלל נישט קיין שײַכות מיט רעליגיע‟. אַבדעלילאַ דזשוהאַרי, אַ זשונראַליסט, האָט באַשולדיקט פּאַלאָמע אין „פּרוּוון צו פֿירן געשעפֿטן דורך רעליגיע‟.
„מײַן ענטפֿער צו זיי איז געווען, אַז דאָס איז אַ קולטורעלע אונטערנעמונג, נישט קיין רעליגיעזע, און מיר ווילן אָנהייבן אַ דיאַלאָג וועגן דער מאַראָקאַנער געשיכטע, קולטור און טראַדיציעס פֿון אירע ייִדן, ווי עס ווערט געשילדערט דורך פֿילמען,‟ האָט פּאַלאָמע געזאָגט דער ייִט״אַ. אין 2013 האָבן 200 איסלאַמיסטן דעמאָנסטרירט אין טאַנזשיר קעגן דער ווײַזונג פֿון אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן מאַראָקאַנער ייִדן ווײַל ישׂראל איז דערמאָנט געוואָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.