דעם 26סטן אַפּריל האָט מען דערמאָנט דעם 30סטן יאָרגאַנג זינט ס’איז געשען די שוידערלעכע קאַטאַסטראָפֿע אין טשערנאָבל, אינעם אוקראַיִנישן טייל פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
ווי בײַ יעדער קאַטאַסטראָפֿע פֿון אַזאַ פֿאַרנעם, דינט דער דאָזיקער טאָג נאָר ווי אַ סימבאָלישער אָנהייב פֿון דער מענטשלעכער טראַגעדיע, וואָס גייט אָן און שטעלט זיך נישט אָפּ ביז הײַנט. נאָכן אויפֿרײַס פֿונעם נוקלעאַרן רעאַקטאָר זײַנען אין דער אַטמאָספֿער אַרויסגעוואָרפֿן געוואָרן טייטלעכע ראַדיאָנוקלידן פֿון אַ ריזיקער מאַסע, וואָס האָט זיך פֿאַרשפּרייט איבער ס׳רובֿ פֿונעם שטח (70%) פֿון ווײַרוסלאַנד.
בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט די באַפֿעלקערונג פֿון דער געוועזענער סאָוועטישער רעפּובליק, די ערשטע דערפֿילט די אַכזריותדיקע אַקציעס פֿון דער נאָצישער מאַשין. 619 דערפֿער זײַנען פֿאַרברענט געוואָרן צוזאַמען מיט זייערע אײַנוווינער. די טשערנאָבל־קאַטאַסטראָפֿע האָט אָפּגעווישט פֿון דער ערד 485 דערפֿער. בעת דער מלחמה איז אומגעקומען יעדער פֿערטער אײַנוווינער פֿון ווײַסרוסלאַנד; הײַנט וווינט אויף דעם פֿאַרסמטן שטח יעדער פֿינפֿטער ווײַסרוס. די שטערבלעכקייט האָט איבערגעשטיגן די געבורטיקייט אויף 20 פּראָצענט. מיט יעדן יאָר וואַקסט די צאָל קראַנקע אויף ראַק, גײַסטיק־אָפּגעשטאַנענע, קינדער מיט גענעטישע־ענדערונגען („ווײַסרוסישע ענציקלאָפּעדיע‟).
די כראָניק פֿון יענער ערשטער וואָך נאָך דער קאַטאַסטראָפֿע ראַשט איבער מיט איר פֿאַרנעם: שוין דעם 29סטן אַפּריל איז אַ הויכער ראַדיאַציע־פֿאָן פֿאַררעגיסטרירט געוואָרן אין פּוילן, דײַטשלאַנד, עסטרײַך, רומעניע; דעם 30סטן אַפּריל — אין שווײץ און צפֿון־איטאַליע; דעם ערשטן און 2טן מײַ — אין פֿראַנקרײַך, בעלגיע, האָלאַנד, ענגלאַנד, אויף צפֿון־גריכנלאַנד און אין יאַפּאַן; דעם 3טן מײַ — אין ישׂראל, קוּווייט און טערקײַ; דעם 4טן מײַ — אין כינע; דעם 5טן און 6סטן — אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע… די גאַנצע וועלט, קאָן מען זאָגן, איז אָנגעשטעקט געוואָרן מיט דער נוקלעאַרער מגפֿה.
איך און מײַן משפּחה האָבן דעמאָלט געוווינט אין קעשענעוו, מאָלדאַוויע, גאָר ווײַט פֿון דעם אָרט, וווּ דער נוקלעאַרער רעאַקטאָר האָט אויפֿגעריסן. אין יענעם חודש איז בײַ אונדז געבוירן געוואָרן דער צווייטער זון, זרח, אָנגערופֿן נאָך מײַן פֿרויס זיידע. אין די מיט־1980ער, ווען דאָס לעבן פֿון די סאָוועטישע בירגער איז געווען פֿול מיט גאָרבאַטשאָווס הבֿטחות וועגן אַ בעסער לעבן, און אויף די פּאָליצעס פֿון די שפּײַזקראָמען האָט געפֿײַפֿט דער ווינט, איז צו קריגן פֿאַרן עופֿעלע אַ פֿלעשל מילך געווען אַ גרויס גליק.
אַז ערגעץ ווײַט אויף דער גרענעץ פֿון אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד איז געשען אַזאַ צרה, האָט מען נישט אויף טעלעוויזיע און נישט אויף דעם ראַדיאָ גאָרנישט ניט איבערגעגעבן. נאָך מער: דאָס גאַנצע לאַנד האָט געהוליעט און זיך געפֿרייט מיט דער גרויסער מלוכישער חגא — דער ערשטער מײַ, דער אינטערנאַציאָנאַלער טאָג פֿון אַרבעטער־סאָלידאַריטעט. די שרעקלעכע סכּנה האָט זיך שוין געהאַט פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט, אָבער די סאָוועטישע רעגירונג האָט נאָך אַלץ געמאַכט דערפֿון אַ שווײַג.
די גרעסטע קאַטאַסטראָפֿע פֿאַר דער סאָוועטישער מאַכט איז געווען נישט די נוקלעאַרע קאַטאַסטראָפֿע אַליין, נאָר דער פֿאַקט, אַז וועגן דעם געשעענעם אין טשערנאָבל זאָל מען זיך, חלילה, נישט דערוויסן אויסער די גרענעצן פֿונעם מעכטיקן ראַטן־פֿאַרבאַנד. דאָס פֿאַרשווײַגן דעם אמת פֿאַרן אייגענעם פֿאָלק האָט פֿאַרנומען דעם אויבנאָן אין די סאָוועטישע צען געבאָט.
קיינער האָט גאָרנישט נישט געוווּסט און, ווען מ’האָט זיך שוין עפּעס דערוווּסט, האָט מען זיך געכאַפּט, אַז מע ווייסט נישט וואָס צו טאָן ווײַטער. ווי עס טרעפֿט, קומען פֿונעם נישט וויסן אַרויס אַ סך צרות, נאַרישקייטן און פֿינצטערע קלאַנגען.
די קנאַפּע קענטענישן, וואָס מע פֿלעגט באַקומען בעת די געניטונגען פֿון דער אַזוי גערופֿענער „ציווילער באַשיצונג קעגן אַ נוקלעאַרן אַטאַק‟, רעגולער דורכגעפֿירט אין יעדער שול, פֿאַבריק און אונטערנעמונג, וואָלט מען געקאָנט אויסדרוקן אין איין זאַץ: „בעת אַ נוקלעאַרן אַטאַק איז דער בעסטער אופֿן זיך צו ראַטעווען — זיך אײַנווינקלען אין אַ ווײַסן לײַלעך און לויפֿן צום בית־עולם, ווײַל ס’וועט נישט בלײַבן ווער ס’זאָל דיך באַגראָבן‟.
די קלאַנגען זײַנען געווען פֿאַרשיידענע און שרעקעוודיקע: אַז מע טאָר נישט קויפֿן אין מאַרק קיין פֿלייש, מילך, קיין שום געוויקסן, ווײַל אַלץ איז פֿאַרגיפֿטיקט; אַז די וואַסער טאָר מען נישט טרינקען; אין די פּאַרקן בעסער נישט גיין, בפֿרט נאָך אַ רעגן, ווײַל די ביימער און דאָס גראָז אַדאַפּטירן זייער גוט די ראַדיאָנוקלידן. די גרעסטע שרעק איז געווען, אַז הײַנט־מאָרגן וועט זיך אָנהייבן אַ טאָטאַלע מאָביליזאַציע אין מיליטער, ווײַל דער קאַפּיטאַליסטישער לאַגער וויל אויסניצן די קאַטאַסטראָפֿע און אָנפֿאַלן אויף סאָוועטן־פֿאַרבאַנד…
מײַן פֿרוי און איך זײַנען אָבער מער באַזאָרגט געווען מיט וואָס אָנהאָדעווען אונדזער זרחל. אַז מילך איז באַלד פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, האָט מען געזוכט צו קריגן מילך־פּראָשעק און אים צעפֿירן מיט וואַסער, וואָס כ’פֿלעג ברענגען אין אַ פֿאַרמאַכטער כּלי פֿון אַ ווײַטן נאַטור־קוואַל נאָכן אָפּשטיין אין דער ריי אַ פּאָר שעה. איך ווייס נישט פֿאַרוואָס, נאָר מענטשן האָבן געהאַלטן, אַז דאָס וואַסער פֿונעם קוואַל קען נישט ווערן פֿאַרגיפֿטיקט, ווײַל עס שלאָגט פֿון די טיפֿע־טיפֿענישן, וווּהין די טייטלעכע נוקלידן טרעפֿן נישט. די רשימה פֿון דעפֿיציטן, בפֿרט קאָנסערווירטע פּראָדוקטן, האָט געהאַלטן אין איין וואַקסן סײַ אין צאָל, סײַ אין פּרײַז.
דערצו האָבן מיר געוווינט נישט ווײַט פֿון דער אײַזנבאַן־סטאַנציע, און מבֿינים האָבן דערקלערט, אַז די באַנען, וואָס קומען אָן פֿון אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד ברענגען אַרײַן די „סכּנהדיקע נוקלעאַרע טיילעכלעך‟… דאָס לעבן איז אָבער אָנגעגאַנגען ווײַטער, און ווי ס’האָט זיך שטענדיק געפֿירט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט די טשערנאָבל־קאַטאַסטראָפֿע זיך אויסגעלאָזט אין אַ „העלדישן קאַמף פֿון סאָוועטישע מענטשן מיט נײַע נסיונות‟. איצט האָבן שוין אַלע צײַטונגען, אויף אַלע טעלעוויזיע־ און ראַדיאָ־קאַנאַלן באַזונגען די העלדישקייט פֿון קעמפֿער פֿון דער טעכנאָלאָגישער טראַגעדיע. ס’האָט זיך אַפֿילו געשאַפֿן אַ נײַער באַגריף: „ליקווידאַטאָרן פֿון די קאָנסעקווענצן אין דער טשערנאָבלער קאַטאַסטראָפֿע‟. ס’רובֿ פֿון די טויזנטער „ליקווידאַטאָרן‟ זײַנע במשך פֿון אַ קורצער צײַט געשטאָרבן.
פֿאַרשטייט זיך, אַז מ’האָט באַלד געפֿונען וועמען צו באַשולדיקן אין דעם געשעענעם, און אַ גרופּע כּפּרה־הינדלעך, איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו גרויסע תּפֿיסה־טערמינען. אינטערעסאַנט, אַז דער מישפּט איז דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם זשאַנער פֿון אַ טיפּישן סאָוועטישן פֿאַרס: טשערנאָבל — אַ פֿאַרמאַכטע געפֿערלעכע זאָנע, אינעם זאַל פֿונעם ליידיקן שטאָטישן קולטור־הויז, בלויז עטלעכע פֿאַרלאָזלעכע זשורנאַליסטן און, פֿאַרשטייט זיך, דרײַ ריכטערס און די באַשולדיקטע…
עס זײַנען אַוועק 30 יאָר, אָבער יעדער פֿון אונדז, וווּ ער זאָל נישט געווען וווינען אין יענער צײַט — פֿון איין עק וועלט ביזן אַנדערן — טראָגט אין זײַן בלוט אַ טייטלעך שפּליטערל פֿון יענער שרעקלעכער טעכנאָלאָגישער קאַטאַסטראָפֿע מיטן נאָמען — טשערנאָבל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.