„די קאַלעדזש־גרופּע איז דאָ ספּעציעל װיכטיק, װאָרעם זי איז בײַ נאָרמאַלע באַדינגונגען דער רעזערװוּאַר, פֿון װאַנען מיר װאָלטן זיך געקענט ריכטן צו באַקומען אַ היפּשן טײל פֿון אונדזער קומעדיקער פֿירערשאַפֿט“.
מאיר גרינבערג, „די שטעלונג פֿון ייִדישע סטודענטן אין יעיל צו ייִדישקײט“, ייִװאָ־בלעטער, באַנד 26, 1945
אין סעפּטעמבער 2013 האָט דער פּרעזידענט פֿון יעיל־אוניװערסיטעט, פּראָפֿעסאָר פּיטער סאַלאָװײ, געמאָלדן אַז דער אַלומנוס טשאַרלז דזשאָנסאָן האָט געשאָנקען דעם אוניװערסיטעט 250 מיליאָן דאָלאַר, דעם גרעסטן בײַשטײַער װאָס מע האָט װען באַקומען פֿון אײן אײנציקן מנדבֿ.
אַ גרױסן חלק פֿונעם געלט האָט מען שױן אױסגעניצט, כּדי אױפֿצובױען צװײ נײַע קאַלעדזשן — ד″ה, אינטערנאַטן מיט עסזאַלן, װוּ עס קומען פֿאָר געזעלשאַפֿטלעכע פּראָגראַמען — און דערבײַ פֿאַרגרעסערן די צאָל סטודענטן, װאָס װעלן זיך קענען לערנען אין דעם באַרימטן אוניװערסיטעט. יענע װאָך האָט יעיל אַרױסגעלאָזט אַ מעלדונג װעגן די צװײ נעמען, װאָס מע האָט אױסגעקליבן פֿאַר די נײַע קאַלעדזשן: בענדזשאַמין פֿרענקלין, אײנער פֿון די באַליבטסטע גרינדערס פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן, און פּאָלי מורי, אַן אַקטיװיסטקע פֿאַר ציװילע רעכט, װאָס האָט באַקומען איר דאָקטאָראַט אין יורי פֿון יעיל אין 1965. דער אוניװערסיטעט האָט אױך באַקאַנט געמאַכט, אַז דעם נאָמען פֿון אַ שױן פֿאַראַנענעם קאַלעדזש — קעלהון־קאַלעדזש — װעט מען דװקא נישט בײַטן, נישט געקוקט אױף דעם, װאָס דזשאָן קעלהון האָט זײַן גאַנץ לעבן געשטיצט שקלאַפֿערײַ אין אמעריקע. די סטודענטן האָבן באַלד גענומען פּראָטעסטירן קעגן דעם באַשלוס פֿון אוניװערסיטעט. כּדי צו דערגײן די פּרטים װעגן די לעצטע נײַעס אין יעיל פֿון אַן אינערלעכער פּערספּעקטיװ האָב איך געכאַפּט אַ שמועס מיט אײן ייִדישער סטודענטקע, רײנע־נחמה שעכטער (מײַנע אַ נאָענטע חבֿרטע).
רײנע־נחמה, זײַ אַזױ גוט, צי קענסטו איבערגעבן דער „פֿאָרװערטס“־לײענערשאַפֿט די לעצטע אַנטװיקלונגען אױפֿן קאַמפּוס? װאָס איז דאָרטן געשען?
ס′איז שװער צו פֿאַרשטײן די לעצטע אַנטװיקלונגען אָן צו פֿאַרשטײן דעם קאָנטעקסט. צוריק מיט אַ פּאָר חדשים האָט זיך מאָביליזירט אַ גרױסער טײל פֿון דער סטודענטנשאַפֿט כּדי צו באַקעמפֿן דעם ראַסיזם אין יעיל. אין אָקטאָבער 2015 איז פֿאָרגעקומען אַ שׂימחה לכּבֿוד האַלאָװין, װוּ מע האָט כּלומרשט נישט אַרײַנגעלאָזט עטלעכע שװאַרצע סטודענטקעס. אין דער זעלבער צײַט האָט אַ פּראָפֿעסאָרשע אַרױסגעשיקט אַ בליצבריװ צו אירע סטודענטן, געבנדיק צו פֿאַרשטײן (קעגן אַ פֿריִערדיקן אָנזאָג פֿון יעילס אַדמיניסטראַציע) אַז מע דאַרף נישט פֿאַרווערן באַלײדיקנדיקע קאָסטיומען בעת האַלאָװין — אױב דו פֿילסט זיך באַלײדיקט װעגן דעם, װי אַזױ יענער איז אָנגעטאָן, זאָלסטו אים דערקלערן װי אַזױ דו פֿילסט זיך, און אַזױ אַרום װעט זיך יענער אױסמענטשלען. די פּראָפֿעסאָרשע האָט מען שטאַרק קריטיקירט, און זי האָט באַשלאָסן װײַטער נישט צו לערנען אין יעיל. נאָװעמבער איז געװען זײער אַ שװערע צײַט צו װױנען אין יעיל, װײַל אַ סך נאָענטע חבֿרים מײַנע זענען געװען שאָקירט פֿון דעם, װאָס זײ האָבן פֿאַרשטאַנען װי ראַסיזם.
װאָס איז דער ציל פֿון די איצטיקע פּראָטעסטן?
פֿון אײן זײַט זענען די סטודענטן מלא־שׂימחה, װאָס אײנער פֿון די נײַע אינטערנאַטן װעט טראָגן דעם נאָמען פֿון פּאָלי מורי, װאָס איז סײַ די ערשטע פֿרױ, סײַ דער ערשטער אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער, װעמענס נאָמען װעט שטײן אױף אַ יעיל־קאַלעדזש. (מורי איז אױך געװען אַ ביסעקסואַליסטקע.)
פֿון דער אַנדערער זײַט גלײבן אַ סך סטודענטן, אַז אַ נאָמען נאָך פּאָלי מורי איז נישט גענוג צו באַקעמפֿן דעם ראַסיזם. דאָס װאָס אַן אַלטער קאַלעדזש װעט נאָך אַלץ טראָגן דעם נאָמען „קעלהון“ איז זײער אַנטױשנדיק. דערצו רעדט מען װעגן דעם, װאָס בענדזשאַמין פֿרענקלין האָט פֿרי אין לעבן פֿאַרמאָגט עטלעכע שקלאַפֿן. כאָטש ער האָט זײ שפּעטער באַפֿרײַט און איז געװאָרן אַ פֿאַרברענטער קעמפֿער קעגן שקלאַפֿערײַ, געדענקען אים די יעיל־סטודענטן איבער זײַנע חסרונות, נישט צוליב זײַנע מעלות. צוליב דעם האָבן יעיל־סטודענטן אָנגעהױבן אַ קאַמפּאַניע קעגן דעם אָפּגעבן כּבֿוד בענדזשאַמין פֿרענקלינען. אומעטום אױף „פֿײסבוק“ שרײַבן סטודענטן, אַז זײ װעלן באַטראַכטן „פֿרענקלין־קאַלעדזש“ אַזױ װי ער װאָלט געװען אַ נאָמען נאָך אַריטאַ פֿרענקלין, די באַװוּסטע אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער זינגערין. עטלעכע באַקאַנטע מײַנע האָבן אַפֿילו אויסגעביטן זײערע פּראָפֿיל־בילדער אױף בילדער פֿון אַריטאַ פֿרענקלין, כּדי צו װײַזן אַחדות מיט די װאָס פֿילן זיך אומבאַקװעם מיט בענדזשאַמין פֿרענקלינס ירושה.
דרך־אַגבֿ, יעילס פּרעזידענט האָט נישט נאָר געמאָלדן, אַז מע האָט באַשטימט די נעמען פֿון די צװײ נײַע קאַלעדזשן, און אַז מע װעט בלײַבן מיטן „סטאַטוס־קװאָ“ װאָס שײך קעלהון־קאַלעדזש. די אַדמיניסטראַציע האָט אױך אַנאָנסירט, אַז די אָנפֿירערס פֿון די קאַלעדזשן װעלן מער נישט טראָגן דעם טיטל „מײַסטער“, װאָס דערמאָנט װידער אין דער געשיכטע פֿון שקלאַפֿערײַ אין אַמעריקע, נאָר מיטן טיטל „ראָש־הקאַלעדזש“. מיט דעם איז מען אױך צופֿרידן, אָבער דאָס פֿאַרקלענערט נישט דאָס עגמות־נפֿש װאָס שײך די אַנדערע ענינים.
איך קען פֿאַרשטײן דעם באַשלוס אָפּצוגעבן כּבֿוד פּאָלי מורי, װאָס זי איז דאָך אַלײן געװען אַן אַספּיראַנטקע אין יעיל. אָבער פֿאַר װאָס דװקא בענדזשאַמין פֿרענקלין? ער איז געװען אַ הױפּט־גרינדער פֿון דעם פּענסילװײניער אוניװערסיטעט, נײן? װאָס פֿאַר אַ פֿאַרבינדונג האָט ער געהאַט מיט יעיל?
מע האָט אױסגעקליבן דעם נאָמען בענדזשאַמין פֿרענקלין װײַל טשאַרלז דזשאָנסאָן, דער מנדבֿ פֿון די 250 מיליאָן דאָלאַר, באַטראַכט פֿרענקלינען װי אַ גרױסער העלד. יאָרן לאַנג האָט דזשאָנסאָן געאַרבעט פֿאַר אַ פֿירמע, װאָס זײַן טאַטע האָט געגרינדעט אין 1947, װאָס מע האָט אױך אַ נאָמען געגעבן נאָך פֿרענקלינען. דזשאָנסאָנס אײנציקע בקשה איז געװען, אַז דער אינטערנאַט זאָל הײסן „פֿרענקלין־קאַלעדזש“ — אים האָט נישט געאַרט, אַז דער אַנדערער אינטערנאַט זאָל טראָגן דעם נאָמען פּאָלי מורי. דערצו מײן איך נישט, אַז די יעיל־אַדמיניסטראַציע האָט געקענט פֿאָרױסזען אַז „פֿרענקלין־קאַלעדזש“ װאָלט אַזױ אױפֿגערעגט די סטודענטנשאַפט.
װאָס איז דײַן מײנונג װעגן דעם אַלעם? װי אַזױ פֿילסטו זיך װי אַ ייִדישע סטודענטקע אין יעיל?
איך האָב געמישטע געפֿילן װעגן דעם גאַנצן ענין. איך פֿאַרשטײ פֿאַר װאָס מײַנע פֿרײַנד זענען מלא־כּעס װעגן דעם, װאָס אַן אינטערנאַט טראָגט נאָך אַלץ קעלהונס נאָמען. אַז אַ יעיל־אינטערנאַט װאָלט געטראָגן דעם נאָמען פֿון אַ באַקאַנטן אַנטיסעמיט װאָלט איך זיך אױך געפֿילט אומבאַקװעם. דערצו איז דער שמועס װעגן קעלהונען נישט נאָר פֿון לעצטנס — ער איז אַן אָנגײענדיקע דיסקוסיע.
איך געדענק װען איך בין נאָך געװען אין מיטלשול און איך בין געקומען באַזוכן יעיל, האָב איך דערזען דעם פּלאַקאַט פֿאַר קעלהון־קאַלעדזש און כ′בין געװען אַ ביסל איבערראַשט. איך האָב געװוּסט אַז קעלהון האָט געשטיצט שקלאַפֿערײַ און האָט געװאָלט, אַז די דרומדיקע שטאַטן זאָלן זיך אַװעקרײַסן פֿון די צפֿונדיקע שטאַטן בעת דער אַמעריקאַנער בירגערקריג. דער נאָמען איז שױן לאַנג קאָנטראָװערסיעל — זינט די 1960ער יאָרן באַקלאָגן זיך די סטודענטן, אַז זײ פֿילן זיך נישט באַקװעם מיט דעם נאָמען, אָבער מע האָט נישט באַשלאָסן צו מאַכן קײן קאָנקרעטע בקשות צו דער יעיל־אַדמיניסטראַציע ביז דעם פֿאַרגאַנגענעם האַרבסט.
איך בין זיכער, אַז סע זענען דאָ עקאָנאָמישע סיבות װאָס מ′האָט באַשלאָסן צו האַלטן דעם נאָמען „קעלהון“. איך שטעל זיך פֿאָר אַז עס זענען פֿאַראַן אַלטע אַלומני פֿון קעלהון־קאַלעדזש, װאָס װאָלטן געװען אַנטױשט אַז מע בײַט דעם נאָמען. עס קען זײַן אַז צװישן די װאָס װילן האַלטן קעלהונס נאָמען געפֿינען זיך אַ פּאָר װאָס זענען טאַקע ראַסיסטן און װאָס זענען שטאָלץ מיט קעלהונס ירושה. יעיל איז, נאָך אַלעמען, געװען שטאַרק ראַסיסטיש און סעקסיסטיש ביזן מיט 20סטן יאָרהונדערט. צוליב דעם װאָס פֿאַרשײדן־מיניקײט (װאָס שײך נאַציאָנאַליטעטן און מין) איז אַ נײַער געדאַנק אין יעילס געשיכטע, מוז מען פֿאַרשטײן אַז ער אַנטװיקלט זיך נאָך אַלץ. דער רובֿ פֿון די גרױסע נדבֿות װאָס יעיל באַקומט קומען פֿון די אַלומני װאָס האָבן זיך געלערנט אין יעיל אײדער מע האָט אָנגענומען פֿרױען און װען מע האָט אײַנגעפֿירט קװאָטעס קעגן נישט־װײַסע און ייִדן. כאָטש איך מײן פּערזענלעך אַז מע זאָל בײַטן קעלהון־קאַלעדזש אױף אַן אַנדער נאָמען, פֿאַרשטײ איך פֿאַר װאָס ס′איז דערװײַל נישט קײן מעגלעכקײט. פֿונדעסטװעגן װײס איך, אַז דער באַשלוס װײַטער צו האַלטן קעלהונס נאָמען װעט שאַפֿן עטלעכע װיכטיקע דיאַלאָגן. דעם נאָמען „קעלהון־קאַלעדזש“ דאַרף מען נישט באַטראַכטן װי אַ סימן־כּבֿוד — דער נאָמען דערמאָנט אונדז אין אַ טונקל קאַפּיטל פֿון דער אַמעריקאַנער געשיכטע. און װען יעילס אַלטע ראַסיסטישע מנדבֿים שטאַרבן אױס, װעט מען אפֿשר קענען דורכפֿירן אַ רעפֿערענדום, כּדי צו באַשטימען װאָס קעלהון־קאַלעדזש זאָל הײסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.