„קלעזקאַנאַדע‟, דער יערלעכער זומער־פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק און קונסט, האָט געמאָלדן, אַז יונגע קינסטלער און אַקאַדעמיקער צווישן די יאָרן 16 און 35 קענען איצט אָנגעבן אויף סטיפּענדיעס, כּדי צו קענען בײַזײַן אויף דער וואָך־לאַנגער אונטערנעמונג, וואָס וועט הײַיאָר פֿאָרקומען פֿונעם 22סטן ביזן 28סטן אויגוסט.
ווי אין די פֿריִערדיקע יאָרן, קומט „קלעזקאַנאַדע‟ פֿאָר אינעם „בני־ברית‟־קעמפּ אין די לאָרענשינער בערג, אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל.
„במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 15 יאָר האָבן אונדזערע יוגנט־סטיפּענדיעס דערמעגלעכט הונדערטער יונגע קינסטלער און אַקאַדעמיקער אויסצופֿאָרשן די ייִדיש־שפּראַכיקע און ייִדישלעכע קולטור־ירושה,‟ האָט די אָרגאַניזאַציע דערקלערט אין אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט.
אויפֿן הײַיאָריקן פֿעסטיוואַל וועט דער יערלעכער פּאָעזיע־וואַרשטאַט איבערגעבן די ווערק פֿון עדמאָנד זשאַבעס, אַ ייִדישער פּאָעט פֿון אַ ייִחוסדיקער משפּחה אין עגיפּטן, און איינער פֿון די פּראָמינענטסטע ליטעראַרישע פֿיגורן צו שרײַבן אויף פֿראַנצייזיש נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. צום מערסטן האָט ער געשריבן וועגן קבלה און מיסטיציזם.
דורך זשאַבעס׳ ווערק, וועלן די וואַרשטאַט־פֿירער עדינה קאַראַסיק און דזשייק מאַרמער אַרומרעדן דעם באַגריף פֿון דער געטאָ ווי סײַ אַן אָפּשיידונג, סײַ אַן אײַנגלידערונג, און דינט ווי אַ טיפֿער קוואַל פֿון קולטור און אידענטיטעט.
אַפּליקאַנטן אויף אַ יוגנט־סטיפּענדיע קענען עס טאָן דורך דער וועבזײַט, דורך בליצפּאָסט אָדער דורך דער געוויינטלעכער פּאָסט. נאָך מער אינפֿאָרמאַציע, קוועטשט דאָ:
https://airtable.com/shrcFAusbywhkdAEa
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.