אין 2013 האָט „קלעזקאַנאַדע‟ געפּראַוועט זײַן 18טן יאָר — און מע האָט טאַקע „חי‟ געלעבט אינעם „בני־ברית‟־קעמפּ אין די לאָרענשינער בערג, אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאַל. ס‘רובֿ יאָרן געניסט מען פֿון בלויז צוויי, אפֿשר דרײַ, שיינע זוניקע טעג, אָבער דאָס וועטער־מזל האָט דעם עולם צוגעשפּילט, און מע האָט געקענט גיין שווימען אין דער אָזערע יעדן טאָג. דער עיקר, איז בײַם „קלעזקאַנאַדע‟ פֿון שטענדיק אָן געווען די חבֿרישע געזעלשאַפֿט מיט אַ ייִדישן טעם.
לאָמיר נאָר דערמאָנען עטלעכע ספּעציעלע געסט, וועלכע האָבן אָנטיילגענומען. פֿון ישׂראל איז געקומען דער קלאַרנעטיסט מוסאַ בערלין, וועלכער האָט אין זיך אײַנגעזאַפּט די מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון דער ל״ג בעומר־שׂימחה אין מרון, לעבן צפֿת. די זינגערין סוועטלאַנאַ קונדיש פֿון בערלין איז געקומען צום ערשטן מאָל, איינע פֿון אַ צאָל אויסערגעוויינטלעכע זינגערס הײַנטיקס יאָר, צווישן זיי — רחל וועסטאָן, אַנטאָני ראָסל און עוואַ פּרימאַק. קלאַסן וועגן די לידער פֿון דער טעאַטער־וועלט האָבן אָנגעפֿירט עלענאָר ריסאַ און דזשאָען באָרץ, ביידע פֿאַרבונדן מיטן „פֿאָלקסבינע‟־טעאַטער אין ניו־יאָרק. פֿונעם עלטערן דור איז געקומען פֿון ניו־יאָרק די געזאַנג־לערערין עטל ריים, די „אַדריאַן קופּער אָנדענק־קינסטלערין‟ דעם זומער.
וואָס שייך די וואַרשטאַטן ספּעציעל מיט אַ טראָפּ אויף דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, קען מען דערמאָנען: די פּאָפּולערע הומאָריסטישע לעקציעס פֿון מײַקל וועקס, אַ פּאָעטיש־מוזיקאַלישע פּראָגראַם פֿון דער פּאָעזיע פֿון ציליע דראַבקין פֿאָרגעשטעלט פֿון אַנאַ ראָזענפֿעלד און אַגי לוגוטקאָ; שפּראַך־קלאַסן פֿון דזשייני רעספּיץ, ליטעראַרישע לעקציעס פֿון פּראָפֿ׳ יודזשין אָרענשטיין און מײַנע לעקציעס וועגן דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. קאָליע באָראָדולין האָט קאָאָרדינירט די „ייִדיש־פּראָגראַם‟ און פֿאַרזיכערט, אַז מע זאָל הערן אַ ייִדיש וואָרט, און מיר דאַכט, אַז מ‘האָט טאַקע געהערט מער מאַמע־לשון.
מיט אַזוי פֿיל טאַלאַנט צווישן די לערערס און סטודענטן, איז געוואָרן שווער פֿאַר יעדן איינעם צו ווײַזן זײַן טאַלאַנט. דעריבער האָט מען אײַנגעפֿירט דעם זומער קלענערע, מער אינטימע, קאָנצערטן פֿאַר וועטשערע; צווישן זיי קאָנצערטן לכּבֿוד אַרקאַדי גענדלערס לידער, די שאַפֿונגען פֿון דוד באָטוויניק, און דעם פּאָרל דזשעף וואַרשאַוער און דבֿורה שטראַוס, און זייער 18 יאָר צוזאַמען. אין אָוונט, זענען פֿאָרגעקומען די גרויסע קאָנצערטן פֿאַרן גאַנצן „קלעזקאַנאַדע‟, אַן ערך 300 מענטשן. ווען דזשאַש דאָלגין, אַ ייִדישער היפּ־האָפּ־זינגער פֿון מאָנטרעאַל, האָט אָנגעהויבן זײַן קאָנצערט, זענען די יונגע־לײַט צוגעלאָפֿן צו דער בינע און האָבן אָנגעהויבן צו הוליען און האָצקען ווי אויף אַ ראָק־און־ראָל־קאָנצערט.
מיר האָבן מיט דזשאַש דאָלגין גערעדט, נישט דאָס מאָל, צוליב זײַנע מוזיק־קאָנצערטן, נאָר צוליב דעם מוזיקאַלישן ספּעקטאַקל‚ „מעשׂיות פֿון אָדעס‟ אויף ייִדיש, וואָס דער „דאָראַ וואַסערמאַן ייִדיש־טעאַטער‟ האָט אויפֿגעפֿירט אין יולי.
דאָלגין האָט געהאַט געשאַפֿן איין אָפּערע פֿאַר דעם פּראָיעקט — אָבער נאָר מיט ליאַלקעס. אין עולם, מיט צוויי יאָר צוריק, איז געווען פּאָל פֿליקער, אַרטיסטישער רעזשיסאָר פֿונעם „סעגאַל־צענטער‟ אין מאָנטרעאַל, און ער האָט פֿאָרגעלייגט, אַז דאָלגין זאָל עפּעס טאָן פֿאַר זיי אויף ייִדיש פֿאַרן „דאָראַ וואַסערמאַן ייִדישן טעאַטער‟.
„איך האָב זיך פֿאַרליבט מיט יאָרן פֿריִער אין די אָדעסער דערציילונגען פֿון אײַזיק באַבעל וועגן דער ייִדישער אונטערוועלט דאָרטן אין 1913. מע האָט אַוודאי גערעדט אויף ייִדיש אין דער סבֿיבֿה, וואָלט די שפּראַך געווען נאַטירלעך אין דער פּיעסע.
„די דערציילונגען באַהאַנדלען אינטערעסאַנטע ענינים — ייִדישע גענגסטערס? ווי קען דאָס זײַן? און בכלל, קענען גענגסטערס דינען ווי אַ סימבאָל פֿון מאַכט אין דער געזעלשאַפֿט, און זשעדנעקייט.
„נאָך דעם ווי איך האָב געלייענט די דערציילונגען, בין איך געפֿאָרן קיין אָדעס (איך האָב געהאַט אַ פּאָר טעג פֿרײַ פֿון קאָנצערטן צווישן רוסלאַנד און פֿראַנקרײַך) און געפֿונען געוויסע אַדרעסן, וואָס ווערן דערמאָנט אין דער מאָלדאָוואַנקע. אָבער ווייניק פֿונעם ייִדישן אָדעס איז געבליבן.
„למען האמת, זענען באַבעלס אָדעסער דערציילונגען פֿול מיט סתּירות, און איך האָב געדאַרפֿט זיי באַאַרבעטן, כּדי צו שאַפֿן אַ פֿאַרשטענדלעכן סיפּור־המעשׂה — ווי בעניע קריק ווערט דער מלך פֿון די באַנדיטן, די אונטערוועלטניקעס. אַ חודש פֿאַר די רעפּעטיציעס האָבן מיר נאָך נישט געהאַט קיין סקריפּט, האָט דערעק גאָלדמאַן, רעזשיסאָר פֿאַר טעאָדער ביקעל, דאָס מײַסטערליש געמאַכט.
„איך האָב געשריבן די לידער, אַרום 15, דערצו נאָך אַ סך מוזיק צווישן די לידער, און דער קלאַרנעטיסט מײַקל ווינאָגראַד איז געקומען פֿון ניו־יאָרק אָנצופֿרין מיט דער קלעזמער־קאַפּעליע, וועלכע איז באַשטאַנען, דער עיקר, פֿון מוזיקער פֿון מיזרח־אייראָפּע. אַ טייל לידער קלינגען חסידיש, אַנדערע ווי קונסטלידער, און אַנדערע זשאַנערן — די גאַנצע מוזיק האָב איך, אין תּוך, אָנגעשריבן אין דרײַ טעג!
„דאָס איז אַלץ געווען אויף ענגליש. מרים האָפֿמאַן האָט איבערגעזעצט דעם סקריפּט און די ווערטער צו די לידער אויף ייִדיש. די פּיעסע, הייסט עס, עקזיסטירט אויף ענגליש, אָבער איך האָב עס אָנגעשריבן, וויסנדיק, אַז מע וועט זי איבערמאַכן אויף ייִדיש; הייסט עס — רוסישע דערציילונגען, באַאַרבעט אויף ענגליש, איבערגעזעצט אויף ייִדיש, מיט אונטערקעפּלעך אויף פֿראַנצייזיש! אַגבֿ האָט מען די בעסטע רעצענזיעס אָנגעשריבן אין די פֿראַנצייזישע צײַטונגען.
„צי עס וועט קומען קיין ניו־יאָרק? מאָנטרעאַל איז געבענטשט מיטן ׳דאָראַ וואַסערמאַן־טעאַטער׳, מיט אַ בודזשעט פֿאָרצושטעלן אַן אמתן טעאַטער. אין ניו־יאָרק וואָלט עס געווען שווערער. אָבער איך האָב די טרופּע באַלד נאָך דער לעצטער פֿאָרשטעלונג רעקאָרדירט און אַ קאָמפּאַקטל פֿון די ייִדישע לידער וועט אַרויס דעם האַרבסט.
(המשך קומט)
סצענעס פֿון „אָדעסער מעשׂיות‟ בײַם „דאָראַ וואַסערמאַן ייִדישן טעאַטער‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.