ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published May 03, 2016, issue of May 27, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

פּוילישע איבערזעצונגען פֿון יזכּור־ביכער זענען פֿול מיט טעותן

אַז מען לעבט, דערלעבט מען. פֿאַר דער מלחמה האָבן דאָס רובֿ פּאָליאַקן טראַקטירט די פּוילישע ייִדן און די פּוילישע ייִדישע קולטור ווי פֿרעמדע עלעמענטן, וואָס האָבן גאָרנישט צו טאָן מיט פּוילן.

אַפֿילו די וואָס זענען נישט געווען קיין אַנטיסעמיטן זענען נישט געווען פֿאַראינטערעסירט אין דער גרויסער ייִדישער קולטור, וואָס האָט געבליט ממש פֿאַר זייערע אויגן.

די פּוילישע ייִדישע פֿילמען, למשל, זענען געשטאַנען אויף אַ סך אַ העכערן ניוואָ ווי די פּוילישע פֿילמען אָבער כּמעט קיין שום גוי איז נישט געגאַנגען זען „דער דיבוק‟, צום בײַשפּיל.

איצט האַלטן אַ סך פּאָליאַקן, אַז די פּוילישע ייִדישע קולטור איז אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער פּוילישער קולטור־ירושה.

מער פּאָליאַקן גייען הײַנט זען ייִדישע פּיעסעס און פֿילמען, אין אַ צײַט ווען ייִדן אין וואַרשע זענען כּמעט נישטאָ, ווי פֿאַר דער מלחמה, ווען האַלב וואַרשע איז געווען ייִדיש.

דער דאָזיקער פֿענאָמען איז משפּיע געווען אויך אויף דער יזכּור־ביכער־ליטעראַטור. אַ סך שטעט און שטעטלעך אין פּוילן באַמיִען זיך הײַנט איבערצוזעצן די ייִדישע און העברעיִשע יזכּור־ביכער אויף פּויליש.

דאָס שטעטל סראָצק, נישט ווײַט פֿון וואַרשע, איז נישט קיין אויסנאַם. פֿאַר דער מלחמה זענען ייִדן געווען מער ווי פֿופֿציק פּראָצענט פון דער שטאָטישער באַפֿעלקערונג פֿון אַן ערך 6,000 מענטשן. הײַנט, אגבֿ, לעבן אין סראָצק אַן ערך צוויי טויזנט מענטשן ווייניקער. הייסט עס, אַז אָן די ייִדן איז סעראָצק שוין מער נישט דאָס סראָצק פֿון אַמאָל.

איין פּראָבלעם אָבער חזרט זיך איבער מיט די פּוילישע אויסגאַבעס פון די יזכּור־ביכער — די שלעכטע איבערזעצונגען.

דאָס סראָצקער יזכּור־בוך ווערט איבערגעזעצט אויף פּויליש דווקא פון שפּאַניש. אויף שפּאַניש איז דאָס בוך איבערגעזעצט געוואָרן נישט פֿונעם ייִדישן מקור, נאָר פון זײַן אין גאַנצן נישט גענויער ענגלישער איבערזעצונג.

וואָס מער איבערזעצונגען — אַלץ מער טעותן.

נעמט, למשל, דעם פֿאָלגנדיקן כּלומרשט פּשוטן זאַץ. אַ געוויסער רפֿאל פֿרידמאַן שרײַבט וועגן זײַן שטעטל, אַז אין סראָצק „איז אַנשטאַנען דער ׳החלוץ׳ מיטן מחבר פֿון די שורות בראש‟. דאָס הייסט, אַז ער, דער מחבר פֿונעם אַרטיקל, איז געווען דער ערשטער פֿירער פון דער ציוניסטישער „החלוץ‟־באַוועגונג אין סראָצק. דעם ענגלישן איבערזעצער איז אָבער די פֿאָרמולירונג „דער מחבר פון די שורות בראש‟ געווען אַ ביסל צו קאָמפּליצירט. לויט אים איז אין סראָצק אַרויס אַ בוך מיטן נאָמען „די שורות בראש‟. ווער ס׳איז געווען דער גרינדער פֿון „החלוץ‟ קאָן דער ענגלישער איבערזעצער נישט דערקלערן.

ייִדיש־קענערס אין פּוילן זענען דאָ זייער ווייניק און די ליטעראַטור וועגן פּוילנס ייִדן אין ייִדיש איז געוואַלדיק גרויס. ווי מיר זעען, שאַפֿט דאָס אַ סך צעקאַליעטשעטע איבערזעצונגען וואָס ווערן קאַנאָניזירט אין דער פּוילישער שפּראַך ווי אויטענטישע היסטאָרישע דאָקומענטן.


נײַ בוך וועגן עליה פֿון פּוילישע ייִדן פֿאַרן חורבן

אַ נײַ בוך „בעור שיניהם — על עלייתם של יהודי פּולין לפני השואה‟ פֿון אירית טשערניאַווסקי (צ’רניאבסקי)
אַ נײַ בוך „בעור שיניהם — על עלייתם של יהודי פּולין לפני השואה‟ פֿון אירית טשערניאַווסקי (צ’רניאבסקי)

לאָמיר בלײַבן בײַ די ביכער. אין ישׂראל איז נאָר וואָס אַרויס אַ נײַ בוך „בעור שיניהם — על עלייתם של יהודי פּולין לפני השואה‟; דהיינו „אין דער לעצטער מינוט — וועגן דער עליה פון די פּוילישע ייִדן פֿאַרן חורבן‟.

די מחברטע איז אירית טשערניאַווסקי (צ’רניאבסקי) וואָס שטאַמט טאַקע פֿון אַ ייִדישער פּוילישער משפּחה.

עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז דאָס רובֿ עולים פֿון דער אַזוי גערופֿענער פֿינפֿטער אָדער דײַטשער עליה אין די יאָרן 1930-1939 זענען געווען דווקא פּוילישע ייִדן.

די יעקעס זענען געווען בלויז 15 פּראָצענט פון דער דאָזיקער עליה.

ענגלאַנד, וואָס איז געווען אונטערן דרוק פֿון די פּאַלעסטינער אַראַבער, האָט באַשרענקט די צאָל צערטיפֿיקאַטן.

די דײַטשע עליה האָט אויך געמינערט די שוין במילא קליינע צאָל צערטיפֿיקאַטן פֿאַר די פּוילישע ייִדן. די דײַטשע ייִדן זענען דעמאָלט באַטראַכט געוואָרן אין א גרעסערער סכּנה ווי די פּוילישע ייִדן.

ווי מיר ווייסן, איז די לאַגע פֿון די פּוילישע ייִדן, אפֿילו פֿאַר דער מלחמה, נישט געווען פֿויגלדיק. טשערניאַווסקי שרײַבט, אַז פּוילן איז דעמאָלט געווען אַן אַגראַר לאַנד. פֿאַר אַ סך פּאָליאַקן איז זייער שווערע עקאָנאָמישע לאַגע געווען לײַכט צו דערקלערן. די דעמאָלט הערשנדיקע עפֿענטלעכע מײנונג איז געווען, אַז היות ווי די ערד איז באַגרענעצט, קען פּוילן דערנערן נאָר די אייגענע מענטשן און קיין שום מענטשן פֿון דרויסן, דהיינו די פּוילישע ייִדן.

דער געדאַנק, אַז ייִדן זענען מסתּמא די סאַמע פּראָדוקטיווסטע בירגער פֿונעם אייראָפּעיִשן קאָנטינענט בכלל, און פֿון פּוילן בפֿרט און אַז זיי באַרײַכערן אַלע די מדינות ווו זיי וווינען, איז געווען איבער דער אינטעלעקטועלער קראַפֿט פֿון דאָס רוב פּאָליאַקן — שרײַבט טשערניאַווסקי.

די פּוילישע רעגירונג האָט געפֿונען טויזנט פֿאַרשיידענע מיטלען, כּדי צו פֿאַרביטערן דאָס לעבן פון זייערע ייִדישע מיטבירגערס. טשערניאַווסקי שרײַבט מיט ביטערן הומאָר, אַז ווען די פּאָליאַקן וואָלטן געווען האַלב אַזוי שעפֿעריש אין אַנדערע געביטן ווי אויפֿן געביט פֿון שׂינאת־ישראל וואָלט פּוילן מסתּמא געוואָרן זייער אַ רײַכע מלוכה, פֿאַר אַלע אירע בירגער, די קאַטוילישע און די ייִדישע צוגלײַך.