יעדער מענטש האָט זיך זײַנע משוגעתן. קינדווײַז האָט מען אַ סך משוגעתן, און זיי קומען אויף און פֿאַרגייען גיכער ווי בײַ דערוואַקסענע. אין איין טאָג ווערט מען פֿאַרכאַפּט מיט אַ פּאָפּולערער טעלעוויזיע־פּראָגראַם, דערנאָך מיט אַ ספּאָרט־מאַנשאַפֿט, אַ מוזיק־אַנסאַמבל, אַ נײַעם פֿילם, און אַזוי כּסדר אין משך פֿון די קינדער־יאָרן. דאָס זײַנען די אַזוי גערופֿענע „פֿאַזעס‟, וואָס יונגע מענטשן לעבן דורך און וואָס זייערע עלטערן לײַדן דערפֿון.
אָבער וואָס עלטער מע ווערט, אַלץ זעלטענער ווערט מען אַזוי פֿאַרכאַפּט פֿון עפּעס אָדער פֿון עמעצן. דערפֿאַר קען די פֿאַרכאַפּונג געדויערן אַ סך לענגער — אַ מאָל גענוג לאַנג, מע זאָל קענען פֿון דעם עפּעס מאַכן אַ גאַנצע קאַריערע, חתונה האָבן און שאַפֿן אַ משפּחה. אַזוי האָבן געטאָן אַ היפּשע צאָל שרײַבער און לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟, וואָס אויב זיי מאַכן אַ לעבן פֿון דער ייִדישער שפּראַך, דאַרפֿן זיי אפֿשר חתונה האָבן מיט איר אויך!
אָבער ס׳איז ניט כּדאַי זיך משדך צו זײַן מיט אַבי וואָסער אינטערעס: מיט אַ סך אינטערעסן איז בעסער בלויז צו פֿירן אַ קורצן ראָמאַן, אַ לינקע ליבע, בשעת דער הויפּט־אינטערעס, וואָס מע קען פֿאַרדינען דערפֿון, איז אַוועק צו שווער־און־שוויגער אויף יום־טובֿ. למשל, אַז מע האָט ליב צו שפּילן זיך אין קאָרטן, איז דאָס מסתּמא בעסער צו פֿאַרטרײַבן די צײַט מיט פֿרײַנד, איידער צו פֿאָרן קיין לאַס־וועגאַס און ווערן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער קאָרטן־שפּילער.
איין אינטערעס אַזאַ, מיט וועלכן איך האָב געפֿירט אַ ליבע עטלעכע יאָר, אָבער געהאַט גענוג שׂכל זיך ניט צו פֿאַרבינדן מיט אים אויף אייביק, איז געווען צו מיטל־עלטערישע כּתבֿ־ידן און אילומינאַציעס. אין דער לאַנגער תּקופֿה פֿאַרן בוכדרוק, טויזנטער יאָרן, האָט די מענטשהייט בלויז געהאַט די ביכער (פֿריִער: מגילות), וואָס פּראָפֿעסיאָנעלע שרײַבער פֿלעגן איבערשרײַבן מיט דער האַנט, מיט אַן ענלעכער שיטה, ווי אונדזערע ייִדישע סופֿרים, להבֿדיל, שרײַבן איבער אַ ספֿר־תּורה. פֿון דעם האָט זיך באַקומען, אַז אַ בוך האָט געקאָסט געוואַלדיק טײַער, ווײַל אויף יעדן איינעם האָט ערגעץ געדאַרפֿט האָרעווען אַ שרײַבער וואָכן און חדשים — אַפֿילו יאָרן. יעדעס בוך איז געווען אַ יחיד־במינו, מיט אַ ביסל אַן אַנדער אויסלייג און אינהאַלט ווי די אַלע אַנדערע קאָפּיעס.
עס פֿאַרשטייט זיך, אַז עס זײַנען געווען פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון כּתבֿ־ידן — בעסערע קאָפּיעס, און ערגערע. פֿאַרן גבֿיר האָט דער שרײַבער צוגעגרייט אַ ריינע קאָפּיע אין אַ פּערלדיקן כּתבֿ מיט קידוש־לבֿנה־אותיות, עס זאָל זײַן גרינגער צו לייענען. פֿאַרן אוניווערסיטעט־סטודענט, ווידער, האָט ער אָפּגעפֿאַרטיקט די קאָפּיע וואָס גיכער, אַזוי אַז בלויז מומחים אין דער מיטל־עלטערישער פּאַלעאָגראַפֿיע קענען דעשיפֿרירן די שריפֿט.
בײַ ייִדן האָט זיך אויך געפֿירט אַזוי: די ביכער פֿאַר די גבֿירים — אויף לשון־קודש — האָט מען געמאַכט שיינע קאָפּיעס אויף פֿעסטן פּאַרמעט, וואָס האָט זיך אָפֿט אויפֿגעהיט ביזן הײַנטיקן טאָג. די ביליקע ביכער פֿאַר די עמי־הארצים — אויף ייִדיש — האָט מען געמאַכט אויף שלעכט פּאַפּיר, וואָס האָט זיך באַלד צעקרישלט. דערפֿאַר האָבן מיר אַזוי ווייניק שריפֿטן אויף ייִדיש פֿון דער צײַט פֿאַרן בוכדרוק — דאָס הייסט, פֿאַר די ערשטע פֿינף הונדערט יאָר, וואָס ייִדן האָבן געלעבט אין אַשכּנז! אַ ייִדישער בריוו, וואָס האָט זיך אָפּגעפֿונען פֿון יענער תּקופֿה, איז הײַנט טײַערער פֿון גאָלד — און אַ סך טײַערער ווי די כּתבֿ־ידן אויף לשון־קודש, ווײַל לשון־קודשע האָבן מיר דווקא בשפֿע.
בײַ די אומות־העולם איז דער מצבֿ אַ בעסערער; ערשטנס, ווײַל אַ סך מער קריסטלעכע כּתבֿ־ידן האָבן זיך אויפֿגעהיט: קיין פּאָגראָמען און רדיפֿות האָבן זיי ניט געדאַרפֿט איבערלעבן. און צווייטנס, ווײַל די קריסטן האָבן געשריבן אַ סך מער אין זייער מוטערשפּראַך: זייער „לשון־קודש‟, לאַטײַן, האָבן זיי ניט געקענט אַזוי גוט, בדרך־כּלל, און אפֿשר דערפֿאַר האָבן זיי טײַערער געהאַלטן זייער גערעדטע שפּראַך. כּתבֿ־ידן אויף ענגליש, פֿראַנצייזיש, און דײַטש, למשל, קען מען כּמעט זאָגן, אַז זיי וואַלגערן זיך אונטער די פֿיס.
די מערסטע כּתבֿ־ידן געפֿינען זיך אין די גרויסע אייראָפּעיִשע ביבליאָטעקן — אין לאָנדאָן, פּאַריז, ווין אאַז”וו — ווײַל זייערע זאַמלונגען שטאַמען פֿון אַזוי לאַנג צוריק, אַז דעמאָלט איז אַ היפּשער חלק פֿון די ביכער באַשטאַנען פֿון כּתבֿ־ידן. דערצו האָבן זיי אָפֿט „געירשנט‟ די זאַמלונגען פֿון קלענערע ביבליאָטעקן, למשל, פֿון אַ סך מאָנאַסטירן און קלויסטער־אינסטיטוציעס, וואָס די מלוכה האָט קאָנפֿיסקירט אין דער צײַט פֿון דער רעפֿאָרמאַציע. אונדזערע אַמעריקאַנער ביבליאָטעקן האָבן ניט צו פֿיל מיטל־עלטערישע כּתבֿ־ידן פּשוט דערפֿאַר, ווײַל מיר האָבן אָנגעהויבן זאַמלען צו שפּעט — די אייראָפּעער האָבן אַלץ אויסגעכאַפּט.
אַ מאָל, אין געוויסע מוזייען, קען מען זען אַן אויסשטעלונג פֿון כּתבֿ־ידן; אָבער ניט אויף לאַנג, ווײַל די אַלטע פֿאַרבן פֿון די אילומינאַציעס פֿאַרטראָגן ניט דאָס ליכט. כּדי זיי צו זען, דאַרף מען געוויינטלעך ספּעציעל בעטן (צוליב פֿאָרשערישע צוועקן) בײַ די אַרכיוויסטן פֿונעם אָפּטייל פֿאַר כּתבֿ־ידן און זעלטענע ביכער. אַבי עס גייט אין פֿאָרשונג, זײַנען די אַרכיוויסטן גרייט צו דערלאַנגען — ווײַל דאָס איז דאָך זייער פֿונקציע.
איין מאָל, פֿאַר אַ סעמינאַר־אַרבעט, האָב איך אין דער בערלינער „שטאַטס־ביבליאָטעק‟ געבעטן זען אַ כּתבֿ־יד פֿונעם „ניבעלונגענליד‟, דעם באַרימטן דײַטשן עפּאָס פֿון אַרום 1200, וואָס דערפֿון זײַנען פֿאַרבליבן 37 כּתבֿ־ידן. כאָטש ס׳איז באַשטאַנען פֿון בלויז איין בלאַט, בין איך געווען פֿאַרחידושט, ווען דער אַרכיוויסט האָט עס מיר טאַקע געבראַכט. ער האָט געהאַט מזל, וואָס איך האָב ניט געגעבן אַ נאָס און עס על־פּי־טעות צעריסן אָדער באַפֿלעקט…
צוויי מאָל בין איך אַרומגעפֿאָרן ווי אַן אמתער „כּתבֿ־ידן־טוריסט‟. איין מאָל, אויף טשיקאַוועס, האָב איך באַזוכט אַ חבֿר אין קיימברידזש, ענגלאַנד, וואָס האָט דאָרט געפֿאָרשט די אַלטענגלישע כּתבֿ־ידן. ער האָט געקענט אַראָפּנעמען פֿון דער פּאָליצע די גרעסטע יקר־המציאותן פֿון טויזנט יאָר צוריק און בלעטערן אין זיי וויפֿל ס’האַרץ גלוסט. קיימברידזש פֿאַרמאָגט אויך דעם עלטסטן לענגערן כּתבֿ־יד אויף אַלט־ייִדיש, פֿון יאָר 1382 — אָבער ס’איז מיר דעמאָלט ניט אײַנגעפֿאַלן אים צו בעטן, מיר זאָלן דאָס זען אויך…
אַ צווייט מאָל בין איך געפֿאָרן צוזאַמען מיט אַ גרופּע דײַטשע סטודענטן, וואָס האָבן געהאַלטן אין פֿאַרענדיקן זייערע שטודיעס און וואָס זייער פּראָגראַם האָט זיי באַלוינט מיט אַ פֿרײַער נסיעה איבער טשעכיע און עסטרײַך. זייער פּראָפֿעסאָר האָט אונדז געפֿירט אין פֿאַרשיידענע מאָנאַסטיר־ביבליאָטעקן — אַזעלכע מאָנאַסטירן, וואָס זעען אויס ווי קעניגלעכע פּאַלאַצן. אין די קאַטוילישע לענדער ווי עסטרײַך, האָט די מלוכה געוויינטלעך ניט פֿאַרכאַפּט דעם פֿאַרמעגן פֿונעם קלויסטער, נאָר פֿאַרקערט: די קאַטוילישע קעניגן און קייסאָרים האָבן ווײַטער פֿינאַנצירט די סאַמע פּרעכטיקסטע קלויסטער־בנינים דווקא אין דער באַראָק־תּקופֿה, ווען די פּראָטעסטאַנטן האָבן געהאַלטן אין אַראָפּרײַסן זיי.
אין ווין האָבן מיר געהאַט דאָס מזל צו זען צוויי ספּעציעל וויכטיקע כּתבֿ־ידן: ערשטנס, די זעקס־בענדיקע „ווענצלס־ביבל‟, די עלטסטע דײַטשע איבערזעצונג פֿונעם תּנ״ך, פֿון סוף 14טן יאָרהונדערט, צוגעגרייט און פּרעכטיק אילוסטרירט לכּבֿוד ווענצל דעם פֿערטן, דער קעניג פֿון ביימען, און, שפּעטער, פֿון דער גאַנצער „הייליקער רוימישער אימפּעריע‟. אויב דער לייענער געדענקט די טעאָריע פֿון אַלכּסנדר ביידער, וואָס איך האָב באַשריבן מיט עטלעכע וואָכן צוריק, אַז אונדזער ייִדיש שטאַמט אָפּ פֿונעם ביימישן דיאַלעקט פֿון דײַטש — איז די „ווענצלס־ביבל‟ טאַקע געשריבן אין דעם דאָזיקן דיאַלעקט. אָבער פֿאַרבײַגייענדיק לאָזט זיך דאָרט ניט דערקענען קיין גרויסע ענלעכקייט צו מאַמע־לשון…
דער צווייטער וויכטיקער כּתבֿ־יד איז געווען פֿונעם „עוואַנגעליען־בוך‟ פֿון אָטפֿריד פֿון ווײַסנבורג, דער ערשטער דײַטשער מחבר, וואָס זײַן נאָמען איז אונדז באַקאַנט. ער האָט געלעבט אין 9טן יאָרהונדערט און האָט אָנגעשריבן זייער אַ לאַנגע און ניט קיין ספּעציעל געראָטענע פּאָעמע אין גראַמען וועגן דעם לעבן פֿון ישו הנוצרי. ס׳איז ווייניקער אינטערעסאַנט צוליב דעם אינהאַלט ווי צוליב דער שפּראַך, וואָס איז גאָר אַרכאַיִש. די דאָזיקע קאָפּיע האָט געמאַכט אַ צווייטער שרײַבער, ניט אָטפֿריד, אָבער די פֿאָרשער מיינען, אַז אָטפֿריד האָט אַליין געלייענט קאָרעקטור און צוגעגעבן געוויסע זאַכן מיט דער אייגענער האַנט. פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור וואָלט דאָס געווען אַ ביסל ווי ווען מע וואָלט, להבֿדיל, ערגעץ געפֿונען אַ ספֿר־תּורה, וואָס משה רבנו האָט ניט אַליין אָנגעשריבן, נאָר וואָס משה האָט דעם טעקסט אַ ביסל אויסגעבעסערט און צוגעגעבן אַ פּאָר ווערטער און פּינטעלעך, וואָס האָבן געפֿעלט. כאָטש משה, דאַרף מען זאָגן, איז געווען אַ בעסערער שרײַבער…
אַזאַ ספֿר־תּורה וועלן מיר מסתּמא קיין מאָל ניט געפֿינען, און פֿאַרן העברעיִש־פֿאָרשער איז מסתּמא ניט כּדאַי, ער זאָל אים גיין זוכן. פֿאַרן ייִדיש־פֿאָרשער אַוודאי ניט, ווײַל אַלטייִדישע טעקסטן פֿון אַזאַ עלטער ווי אָטפֿרידס, און אַפֿילו פֿון פֿינף הונדערט יאָר שפּעטער, זײַנען גאָר זעלטן. דער ייִדיש־פֿאָרשער דאַרף זיך באַנוגענען מיט רעלאַטיוו יונגע כּתבֿ־ידן, דער עיקר, פֿון מאָדערנע שרײַבער. זייערע טעקסטן רעדן צו אונדז פֿון בלויז הונדערט, ניט פֿון טויזנט יאָר צוריק. זיי ווײַזן ניט אַרויס קיין מאָדנע ניט־מער־עקסיסטירנדיקע אותיות פֿון פֿאַרצײַטנס, קיין אילומינאַציעס באַמאָלט מיט גאָלד און רײַכע פֿאַרבן.
אָבער דערפֿאַר האָבן מיר אויך ניט קיין מאָנאַסטירן אָדער קעניגלעכע פּאַלאַצן. אָט דאָס איז טאַקע די ספּעציפֿישקייט פֿון ייִדיש: אַ קולטור פֿון אַ גלות־פֿאָלק, וואָס האָט טויזנטער יאָרן ניט געהאַט קיין אייגענע מלוכה און האָט אָפֿט געליטן רדיפֿות און פֿאַרטרײַבונגען. און פֿון דעסטוועגן, האָבן ייִדן באַוויזן, אַפֿילו אין די ערגסטע צײַטן, צו שאַפֿן אַן אייגענע קולטור און ליטעראַטור אין עטלעכע שפּראַכן. דעריבער איז נאָך טײַערער דאָס ביסל, וואָס איז אונדז פֿאַרבליבן פֿון אַ מאָל — אַפֿילו בריוו פֿון פּשוטע ייִדן, אַפֿילו גלאָסן געשריבן צו העברעיִשע טעקסטן. קיין „ווענצלס־ביבל‟ האָבן מיר טאַקע ניט, אָבער מיר האָבן אַן אַנדער ביבל, וואָס איז אויך נישקשה…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.