פּראָיעקט באַערט די אַמאָליקע „מעדעם־סאַניטאָריע‟

Project Aims to Revive Memory of the Medem Sanitorium

איינע פֿון די פֿאָטאָגראַפֿיעס אויף דער אויסשטעלונג, וואָס האָט זיך געעפֿנט דעם 28סטן אַפּריל, שילדערט עטלעכע פֿון די יונגע אײַנוווינער אין דער „מעדעם־סאַניטאָריע‟
Courtesy of Archive of the Jewish Historical Institute
איינע פֿון די פֿאָטאָגראַפֿיעס אויף דער אויסשטעלונג, וואָס האָט זיך געעפֿנט דעם 28סטן אַפּריל, שילדערט עטלעכע פֿון די יונגע אײַנוווינער אין דער „מעדעם־סאַניטאָריע‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 04, 2016, issue of May 27, 2016.

הײַיאָר ווערט 90 יאָר זינט די מעדעם־סאַניטאָריע — די שטאַרק געלויבטע קליניק און לערן־אַנשטאַלט פֿאַר קינדער און דערוואַקסלינגען צווישן ביידע צוויי וועלט־מלחמות — איז געגרינדעט געוואָרן אין מיעדזעשין, לעבן וואַרשע. צום באַדויערן, ווערט עס הײַנט בכלל נישט דערמאָנט אין פּוילן, אַפֿילו צווישן די מיעדזשענינער אײַנוווינער אַליין.

אַ נײַער פּראָיעקט מיטן נאָמען Gan Eden — Paradise האָפֿט צו באַקענען דעם הײַנטיקן עולם מיט דער אַמאָליקער אינסטיטוציע, און דערבײַ אָפּמערקן דעם אָנדענק פֿון די קינדער און לערער פֿון דער קינדערהיים, איידער זיי זענען אַלע דעפּאָרטירט געוואָרן קיין טרעבלינקע אין אויגוסט 1942.

אין דער מעדעם־סאַניטאָריע האָבן אָרעמע קינדער, וועלכע האָבן געליטן פֿון טובערקולאָז, אָדער זענען באַדראָט געווען פֿון אָנשטעקן זיך מיט דער קראַנקייט, געוווינט וואָכן און אַפֿילו חדשים לאַנג, און זיך באַטייליקט אין פֿאַרשידענע שעפֿערישע און דערציִערישע אַקטיוויטעטן — אַלץ אויף ייִדיש.

אַ פֿילם וועגן דער מעדעם־סאַניטאָריע, „מיר קומען אָן‟ (אין אַמעריקע הייסט עס Children Must Laugh), וואָס שילדערט דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון די יונגע אײַנוווינער, איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אין 1935, און געפֿינט זיך איצט אויף יוטוב:

דער „גן־עדן פּראָיעקט‟ האָט זיך אָפֿיציעל געעפֿנט דעם 28סטן אַפּריל מיט אַן אויסשטעלונג בײַם „ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט‟ אין וואַרשע, און אַ קאָנפֿערענץ מיטן נאָמען, „דאָס (אומ)פֿאַרגעסן אָרט — די מעדעם־סאַניטאָריע אין מיעדזעשין‟.

עס ווערט אויך פּלאַנירט אַ קאָנצערט אין יוני, וווּ מע וועט אויפֿדעקן אַ טאָוול אין אָנדענק פֿון די קינדער און פּערסאָנאַל פֿון דער מעדעם־סאַניטאָריע, טאַקע אויפֿן אָרט וווּ די אינסטיטוציע איז אַ מאָל געשטאַנען.

די אָרגאַניזירער פֿונעם „גן־עדן פּראָיעקט‟ האָבן לעצטנס געמאָלדן, אַז זיי זוכן איצט ספּאָנסאָרס פֿאַרן פּראָיעקט, ווײַל די פֿינאַנציעלע שטיצע, וואָס די אָרטיקע מוניציפּאַליטעט האָט צוגעזאָגט, איז נישט גענוג צו דעקן אַלע הוצאָות.

נאָך מער אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם „גן־עדן פּראָיעקט‟, פֿאַרבינדט זיך מיט יאָלאַנטאַ פּעלקאַ: instytutkultury1@gmail.com