ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

וואָלונטירן זאַמלען וואָל צו שטריקן בגדים פֿאַר אָרעמע משפּחות
וואָלונטירן זאַמלען וואָל צו שטריקן בגדים פֿאַר אָרעמע משפּחות

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published May 04, 2016, issue of May 27, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אויף טרעפֿונג פֿון דאַיאַ באַנײַט מען דעם קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם און קסענאָפֿאָביע

דער 1טער מײַ װערט געפֿײַערט אין אַרגענטינע װי דער „טאָג פֿון דער אַרבעט‟. דאָס יאָר, האָבן די גרעמיאַלע צענטראַלעס אָרגאַניזירט פֿרײַטיק, דעם 29סטן, אַ מאָביליזאַציע װי אַ פּראָטעסט קעגן די עקאָנאָמישע מיטלען און דאָס אָפּזאָגן אָנגעשטעלטע פֿון דער נײַער רעגירונג. נישט אַלע סעקרעטאַרן האָבן זיך אָנגעשלאָסן, דאָך האָבן 30 סעקרעטאַרן זיך באַטייליקט אויף דער באַערונג וואָס די דאַיאַ, די פּאָליטישע רעפּרעזענטאַנץ פֿון ישובֿ, האָט אָרגאַניזירט מיטװאָך דעם 4טן מײַ. אויף דער טרעפֿונג איז באַנײַט געװאָרן דער קאָמפּראָמיס פֿון די אַרבעטערס־צענטראַלע מיטצוהעלפֿן אין דעם קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם, דיסקרימינאַציע און קסענאָפֿאָביע. דער פּרעזידענט פֿון דער דאַיאַ, אַריאל כּהן־סאַבאַן האָט אונטערגעשטראָכן אין זײַן װאָרט די װיכטיקייט פֿון אָט דער דערציִערישער אַרבעט.


מרים אָלשאַנסקי דערקלערט ווי צו פֿאַרשטאַרקן רעפֿאָרם־באַוועגונג

מרים אָלשאַנסקי, סעקרעטאַרין פֿון דער „יודאַיִקאַ־פֿונדאַציע‟ און פֿאַרװאַלטונג־מיטגליד פֿון דער געמיינדע „עמנואל‟, האָט זיך באַטייליקט צװישן דעם 14טן און 17טן אַפּריל אויף דער קאָנפֿערענץ, װאָס פֿרויען פֿון דער רעפֿאָרם־באַװעגונג האָבן אָרגאַניזירט אין לאָנדאָן. דאָנערשטיק, דעם 28סטן האָט זי אָפּגעגעבן אַ באַריכט אין איר געמיינדע. דאָס פֿאַרשטאַרקן די אַרבעט פֿון די װאָלונטאַרן, פֿאַרבינדונגען מיט די איבער 50 מדינות װוּ די באַװעגונג אַמטירט, באַציִונגען מיט ישׂראל און װי אַזוי צו פֿאַרשטאַרקן די באַװעגונג צװישן דעם עולם זײַנע געװען אייניקע פֿון די באַהאַנדלטע טעמעס, װאָס אָלשאַנקי האָט אילוסטרירט מיט פֿילמען און ליכטבילדער.


הרבֿ סקאָרקאָ באַקומט פּסח־באַגריסונג פֿונעם פּויפּסט

דער פּויפּסט פֿראַנסיס האָט צוגעשיקט אַ ספּעציעלע באַגריסונג לכּבֿוד פּסח, צו זײַן פֿרײַנד הרבֿ אַבֿרהם סקאָרקאַ. אין זײַן בריװ בעט ער איבערצוגעבן זײַנע ברכות צום גאַנצן ישוב. ער גיט־אָן אַז ער ער װעט די טעג „לויבן גאָט פֿאַר זײַנע נסים און װעט בעטן, אַז זיי זאָלן זיך איבערחזרן אויך אין אונדזער דור, אין אונדזערע געזעלשאַפֿטן און אין אונדזערע הערצער. מיר זאָלן קענען פֿילן זײַן מאַכט און ער זאָל אונדז אַלעמען באַפֿרײַען פֿון שקלאַפֿערײַ‟. הרבֿ סקאָרקאַ האָט באַגלייט פֿראַנסיסן בעת זײַן באַזוך אין ישׂראל אין 2014; ער האָט מיט אים מיטגעאַרבעט װען ער איז געװען דער אַרציבישאָף פֿון בוענאָס־אײַרעס און איז געװאָרן פֿראַנסיס׳ אַדרעס פֿאַר די ייִדן אין אַרגענטינע.


50### לעבן געבליבענע פֿון חורבן פּראַווען זייער בר־ אָדער בת־מיצווה

50 מיטגלידער פֿון דער שארית־הפּליטה האָבן, מאָנטיק דעם 2טן מײַ, געפֿײַערט זייער בר־ אָדער בת־מצװה בײַם כּותל־המערבֿי. 13 מענער האָבן געלייגט תּפֿילין און 37 פֿרויען האָבן דורכגעפֿירט די צערעמאָניע װאָס דער חורבֿן האָט זיי פֿאַרשטערט. די 80־יעריקע, צװישן זיי 3 — אַרגענטינער, האָבן זיך עמאָציאָנירט ביז טרערן און זיך געפֿרייט אויף דער צערעמאָניע װאָס װערט אָרגאַניזירט ערבֿ דער דערמאָנונג פֿון אויפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ.


שלוס־קאָנצערט פֿון פֿײַערונגען לכּבֿוד דער ייִדישער געגנט „באַלוואַנעראַ‟

שבת, דעם 30סטן אַפּריל האָט די שטאָט בוענאָס־אײַרעס געשלאָסן די פֿײַערונגען פֿון די 183 יאָר פֿון דער געגנט „באַלװאַנעראַ‟. דער קינדער־ און יוגנט־אָרקעסטער פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט געשלאָסן דעם אָװנט מיט אַ קאָנצערט מיט טאַנגאָס און ייִדישע לידער. די געגנט איז געװאָרן דער ייִדישער צענטער אין די יאָרן פֿון דער מאַסן־עמיגראַציע קיין אַרגענטינע.


וואָלונטירן זאַמלען וואָל צו שטריקן בגדים פֿאַר אָרעמע משפּחות

די גרופּע „עלטערער דור, בײַ דער קהילה‟ האָט אָנגעהויבן אַ קאַמפּיין צו זאַמלען װאָל, כּדי זיי זאָלן קענען שטריקן סװעדערס, שאַליקעס און צודעקן, װאָס װעלן צעטיילט װערן צװישן נישט־פֿאַרמעגלעכע משפּחות, ערבֿ דעם װינטער. דאָס מאָל װעט מען די אויסגעאַרבעטע מאַטעריאַלן פֿאַרטיילן אין דער שכנותדיקער שטאָט לאַנוס.


ייִדישער ליטעראַטור־וואַרשטאַט אַנאַליזירט אַלען גינזבערגס ליד „קדיש‟

דינסטיק, דעם 3טן מײַ האָט מען אויף דעם װאַרשטאַט פֿון „די ייִדישע ליטעראַטור אין 20סטן יאָרהונדערט‟, װאָס דער קולטור־דעפּאַרטאַמענט פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה אָרגאַניזירט, געלייענט פֿראַגמענטן פֿון אַלען גינזבערגס „קדיש‟ און אַנאַליזירט װי עס װערט געשריבן פֿון דאָס נײַ די ייִדישע טראַדיציע. אויף דער פֿריִערדיקער טרעפֿונג האָט מען אַנאַליזירט װאָס מיינט „קאַפֿקיאַניש‟ און געלייענט פֿון זײַן טאָגבוך די פֿראַגמענטן װוּ קאַפֿקאַ באַשרײַבט זײַן באַציִונג מיטן ייִדישן טעאַטער. די פּראָפֿ′ נורית קאַשטעלאַן פֿירט־אָן מיטן װאַרשטאַט.


ייִדישטיש דיסקוטירט די טעמע, ייִדישער הומאָר

מיטװאָך דעם 3טן מײַ איז פֿאָרגעקומען אין ייִװאָ דער חודשלעכער „ייִדישטיש‟. אויף דער טרעפֿונג, בײַ אַ גלעזל טיי, האָט דער דירעקטאָר פֿון ייִװאָ אַרײַנגעפֿירט די טעמע „דער ייִדישער הומאָר‟ און דער עולם האָט געשמועסט אויף ייִדיש און דערציילט װעגן זייערע דערפֿאַרונגען אויף דער טעמע. אַזוי האָט דער ייִװאָ אָנגעהויבן דעם חודש, װוּ מען װעט דערמאָנען שלום־עליכמען, 100 יאָר נאָך זײַן פּטירה.