ביזן הײַנטיקן טאָג, ווען איך זאָג אַז איך שרײַב פֿאַרן ייִדישן פֿאָרווערטס קריג איך צוויי אָפּרופֿן. איינער פֿון זיי איז:
„נישט צום גלייבן, דער פֿאָרווערטס עקזיסטירט נאָך?‟
אָדער: „איך געדענק נאָך ווען מײַנע עלטערן האָבן געלייענט דעם ׳פֿאָרווערטס׳ יעדן טאָג.‟
און ווען איך שטעל זיי די פֿראַגע: „נו, און וואָס איז מכּוח אײַך? איר לייענט דעם פֿאָרווערטס?‟ קוקן זיי מיך אָן ווי איינער זאָגט: „וואָס טוט זיך מיט אײַך? איך קען נישט לייענען קיין וואָרט ייִדיש, און אַז איך האָב אַמאָל יאָ עפּעס געקענט, האָב איך שוין אַלץ פֿאַרגעסן.‟
הייסט עס, אַז די „אַלצהײַמער‟־קרענק האָט קודם אָנגעגריפֿן די ייִדיש־קענער.
דער אמת איז, אַז דער „פֿאָרווערטס‟ עקזיסטירט נאָך ביזן הײַנטיקן טאָג, כּן ירבו. ס׳איז די עלטסטע ייִדישע צײַטונג אין אַמעריקע.
מיט יאָרן צוריק איז די ערשטע, הויכע „פֿאָרווערטס‟־געבײַדע געשטאַנען אויף 175 איסט בראָדוויי, אין האַרץ פֿון דער „לאָוער איסט סײַד‟. דאָס, זאָלט איר וויסן זײַן, איז געווען אַ בכּבֿודיקער אַדרעס. דער בנין האָט זיך געפֿונען אין דער לעבעדיקסטער ייִדישער געגנט, אַרומגערינגלט מיטן ייִדישן אימיגראַנטן־לעבן, מיט איר גאַנצן רוך און שוווּנג פֿון האַנדל־וואַנדל.
איסט בראָדוויי האָט דעמאָלט געהויזט אַ שלל מיט טעגלעכע ייִדישע צײַטונגען, צווישן זיי: „דער מאָרגן זשורנאַל‟, „דער טאָג‟, „די פֿרײַהײַט‟, שוין אָפּגערעדט פֿון ייִדישע זשורנאַלן און ייִדישע ביכער־פֿאַרלאַגן.
אין ווינקל גאַס פֿון איסט־בראָדוויי און קאַנאַל־סטריט, האָט זיך געפֿונען די באַרימטע קאַפֿעטעריע, וווּ עס האָט זיך געזאַמלט די סמעטענע פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער וועלט, קונסט און בינע, צו כאַפּן אַ ביס מיטאָגצײַט און אין צווישן — כאַפּן אַ שמועס, קלאָגן זיך אויפֿן רעדאַקטאָר, רעדן, באַרעדן און זיך אַראָפּרעדן אַ שטיין פֿון האַרץ.
דער ערשטער לעגענדאַרער רעדאַקטאָר פֿונעם פֿאָרווערטס איז געווען דער עלעגאַנט געקליידטער אַב כּהן. פֿון וווּקס מיט אַ קאָפּ נידעריקער פֿון זײַנע שרײַבער, איז ער אָבער געשטאַנען בײַם רודער און נאַוויגירט זײַן שיף פֿאָרויס אין דער ריכטונג פֿון אַסימילאַציע און אַמעריקאַניזאַציע.
די סאַמע ערשטע זונטיקדיקע אויסגאַבע איז אַרויס דעם צווייטן מײַ, 1897, ווו אַב כּהן האָט זיך געוואָנדן צו זײַנע לייענער בזה הלשון: „נישט געקוקט אויף דעם וואָס אונדזער צײַטונג איז געשריבן אין ׳זשאַרגאָן׳, איז אונדזער ציל צו העלפֿן אונדזערע לייענער צו ווערן וואָס שנעלער אַמעריקאַניזירט און אַסימילירט אין בעסטן זין פֿון וואָרט.‟
אַב כּהנס ציל איז געווען וואָס שנעלער צו באַקענען די ייִדישע אימיגראַנטן־כוואַליע מיט דער שפּראַך פֿון לאַנד און דערלעבן דעם טאָג, ווען זיי וועלן מער נישט דאַרפֿן אָנקומען צום זשאַרגאָן.
צו אונדזער אומגליק איז זײַן שליחות און נבֿואה כּמעט ווי מקיים געוואָרן ווײַל כּדי צו דערגרייכן זײַן ציל, האָט ער פֿאַראַנגליצירט דאָס ייִדישע וואָרט. ווען די בעסערע ייִדישע שרײַבער האָבן גענומען שרײַבן אין אַב כּהנס „פֿאָרווערטס‟, האָבן זיי זיך אָפּגעזאָגט זיך אונטערצוּוואַרפֿן דעם רעדאַקטאַרס באַפֿעל און אויסגעפֿירט ס׳זייעריקע.
נעמט זיך אין זינען, אַז דער „פֿאָרווערטס‟ איז דעמאָלט געווען פּאָליטיש איינע פֿון די מעכטיקסטע ייִדישע צײַטונגען אין אַמעריקע און געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויפֿן אימיגראַנטישן לעבן פּאָליטיש, קולטורעל און דערציִעריש.
צווישן די ביידע וועלט־מלחמות האָט דער „פֿאָרווערטס‟ געהאַט אַ לייענערשאַפֿט פֿון אַ פֿערטל מיליאָן קאָפּיעס אַ טאָג, מער ווי דער „ניו־יאָרק טײַמס‟. מיט דער צײַט האָט עס אַפֿילו דערגרײַכט ביז אַ מיליאָן לייענער.
שטעלט אײַך פֿאָר, ווען שלום־עליכם האָט איבערגעטראָטן די שוועל פֿון אַב כּהנס „פֿאָרווערטס‟, האָט אים כּהן מבזה מבויִש געווען מיט די רייד, אַז זײַנע שריפֿטן שפּיגלען נישט אָפּ דאָס אַמעריקאַנער לעבן און אים משלח געווען.
פֿאַרשטייט זיך, אַז בײַם הײַנטיקן טאָג האָט דער „פֿאָרווערטס‟ געליטן אַ גרויס פֿאַרלוסט. דער אימיגראַנטישער דור איז אַוועק, די לייענערשאַפֿט האָט זיך פֿאַרקלענערט, אָבער וווּנדער איבער וווּנדער, דער „פֿאָרווערטס‟ פֿאַרמאָגט הײַנט צו טאָג יונגע ייִדישע זשורנאַליסטן סײַ פֿון דאַנען, סײַ פֿון איבער דער וועלט — אין פֿראַנקרײַך, ישׂראל, און פּוילן.
אין 1985, ווען איך בין אַרײַן ווי אַ שרײַבערין אין „פֿאָרווערטס‟, איז דער רעדאַקטער געווען שמעון וועבער. ס׳איז דעמאָלט פֿאַרבליבן נאָר איין באַרימטער שרײַבער: יצחק באַשעוויס־זינגער.
געדענקט זיך מיר בולט מײַן ערשטער אַרײַנטריט אין „פֿאָרווערטס‟. ס’איז געווען געגליכן צו דער טעלעוויזיע־סעריע Twilight Zone: ווי נאָר שמעון וועבער האָט זיך באַוויזן איבער דער שוועל, אַזוי האָט ער מיט זײַן וועזן פֿאַרפֿרוירן די לופֿט אַרום זיך.
עס געדענקט זיך מיר ווען מײַן באַליבטער פּאָעט יוסף קערלער איז געקומען אַהער פֿון ישׂראל אויף אַ באַזוך, האָבן מיר זיך געטראָפֿן אין דער נײַער „פֿאָרווערטס‟־געבײַדע אויף דער 33סטער גאַס אין מאַנהעטן.
האָט קערלער מיך געפֿרעגט: „איך זע דאָ שרײַבער וואָס גייען אַרום מיט אַראָפּגעלאָזטע קעפּ, וואָס איז די סיבה דערפֿון?‟
האָב איך אים געזאָגט: „די סיבה איז דער רעדאַקטער!‟
איינער פֿון די שרײַבער האָט זיך פֿאַרטרויט פֿאַר מיר, אַז נאָך אַ זיצונג מיטן רעדאַקטער האָט מען געמוזט רופֿן דעם אַמבולאַנץ און אים אַוועקפֿירן אין שפּיטאָל.
מײַן טאַטנס אַ נאָענטער פֿרײַנד מיטן נאָמען דוד מאַטיס, דער געהילף־רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס‟, האָט מיך אַמאָל געפֿרעגט: „טעכטערל! האָסט אַמאָל געשריבן פֿאַר אַ ייִדישער צײַטונג?‟
„ניין,‟ האָב איך זיך מודה געווען.
„שיק מיר צו דרײַ אַרטיקלען קומענדיקע וואָך — האָט ער מיר באַפֿוילן — איך וועל זײַן אַ מבין.‟
און אַזוי האָב איך געטאָן, באַלד זיך גענומען צו דער אַרבעט און אים באַזאָרגט מיט דרײַ אַרטיקעלעך. איך גיב אַ קוק אין קומעדיקן „פֿאָרווערטס‟, אַלע דרײַ אַרטיקעלעך האָבן דערזען די ליכטיקע שײַן.
שפּעטער האָב איך אויסגעפֿונען, אַז אַזוי ווי שמעון וועבער, דער רעדאַקטאָר, פֿלעגט אַוועקפֿאָרן קיין פֿלאָרידע אויף די ווינטער־חדשים, פֿלעגט דוד מאַטיס איבערנעמען ווי געהילפֿס־רעדאַקטאָר. דערווײַל פֿלעגן מײַנע אַרטיקלען דערשײַנען וועכנטלעך.
ווי נאָר שמעון וועבער האָט זיך אומגעקערט פֿון פֿלאָרידע און דערזען מײַן נאָמען, האָט ער געמאַכט אַ סקאַנדאַל: „וואָס קומט דאָ פֿאָר?‟ האָט ער געליאַרעמט. „ווער איז די שרײַבערקע, אַרויס מיט איר סחורה!‟
דעמאָלט האָט זיך דוד מאַטיס אײַנגעשטעלט פֿאַר מיר מיט די רייד: „אויב זי גייט, גיי איך אויך!‟
וועבער האָט זיך אײַנגעשטילט און נאָכגעגעבן. פֿון דעמאָלט אָן האָט דוד מאַטיס זיך אײַנגעשטעלט פֿאַר מיר, און נישט צוגעלאָזט אַ שפּרענקעלע פֿאַלן מײַנעטוועגן. אָבער ווי נאָר מאַטיס האָט פּענסיאָנירט, אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן דער טעראָר.
האָב איך געמוזט צושנײַדן מײַן אייגענעם ויברח פּלאַן. יעדן דינסטיק אין דער פֿרי, פֿלעג איך אַוועקשטעלן מײַן אויטאָ אין גאַס פֿאַרן אַרײַנגאַנג אין פֿאָרווערטס וואָס איז געווען אומלעגאַל, אַרײַנטאַנצן אין וועבערס ביוראָ, אַוועקלייגן מײַן אַרטיקעלע אויף זײַן טיש, אים אָנגעזאָגט אַז איך וועל קריגן אַ שטראָף אויב איך לאָז מײַן אויטאָ שטיין אומלעגאַל, און אַנטלויפֿן. איך האָב גוט געוווסט אויב איך בלײַב אַ מינוט לענגער, וועט ער מיר דערלאַנגען אַ ליסטע פֿון טעמעס ווי:
„גיי באַשרײַב די שׂרפֿה אין ברוקלין‟ אָדער אַ מאָרד אין ניו־דזשוירזי. די סצענאַריאָ האָט זיך איבערגעחזרט יעדער וואָך ביז ער איז ניפֿטר געוואָרן.
מײַן צווייטער רעדאַקטער איז געווען מרדכי שטריגלער ע״ה, אַ תּלמיד־חכם אַ ייִד, אַן איידעלער און וווילער מענטש. די צרה מיט אים איז געווען וואָס ער איז געווען איבערצײַגט, אַז קיינער פֿון די שרײַבער טויגן נישט, און אויף אים איז געפֿאַלן די עובֿדה צו שליסן די צײַטונג נאָך זײַן פּטירה. ער האָט געהאַלטן אַז ער איז „דער לעצטער מאָהיקאַנער‟ און אָנגעפֿילט די צײַטונג ס׳רוב מיט זײַנע פּסעוודאָנימען וועלכער ער פֿלעגט איבערזעצן פֿון דער ישׂראלדיקער פּרעסע. אַ ייִד אין די מיטעלע יאָרן, איז ער מיטאַמאָל געוואָרן חרובֿ קראַנק און אויך אַוועק אין דער אייביקייט.
מיט שטריגלערס פּטירה האָט מען אָנגעשטעלט באָריס סאַנדלערן ווי שעף־רעדאַקטאָר. אַ געבוירענער אין מאָלדאָווע, עולה געווען קיין ישראל און דאָרט האָט ער זיך באַגעגנט מיט דעם „פֿאָרווערטס‟פֿאַרוואַלטער הערשל אָסטראָף, וועלכער האָט דערזען אין אים אַ פֿעיִקן ייִדיש־קענער, אַ ליטעראַריש געבענטשטן מענטש און אים אָנגעשטעלט ווי אַ רעדאַקטאָר אין „פֿאָרווערטס‟. מיינט נישט, אַז ס׳איז באָריסן אַזוי גרינג אָנגעקומען די זאַך, ווײַל בײַ דער זײַט האָבן זיך געפֿונען שישקעס און פֿאַרוואַלטער וועלכע האָבן זיך אויך געבונטעוועט און געקוואַפּעט אויף דער שטעלע. בלויז די עלטער האָט זיי אָפּגעהאַלטן דערפֿון, אָבער נישט די קינאה.
באָריס האָט זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אין דער אַרבעט מיט לײַב־און־לעבן. פֿון דער נאַטור אַ ווייכער מענטש, האָט ער געשטעלט די צײַטונג אויף די פֿיס און פֿון איר געמאַכט אַ לײַט.
הײַנט, אַז באָריס האָט פּענסיאָנירט האָט איבערגענומען די לייצעס ווי דער שעף־רעדאַקטאָרשע שרה־רחל שעכטער, נישט קיין פּנים חדשות אין „פֿאָרווערטס‟. זי איז מײַן דריטער רעדאַקטאָר. די טאָכטער פֿון ד״ר מרדכי שעכטער, איז ייִדיש בײַ איר און אירע שוועסטער און ברודער נישט קיין נאָווינע, עס פֿליסט נאַטירלעך ווי אַ וואַסער־קוואַל. און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן אַז זי איז די ערשטע פֿרוי אין אַ ייִדיש־ייִדישער צײַטונג, אויף אַזאַ וויכטיקער שטעלע. שׂרה־רחל שעכטער אַרבעט שוין אין „פֿאָרווערטס‟ יאָרן לאַנג מיט אירע וויכטיקע אָפּהאַנדלונגען וועגן ייִדישן לעבן אין אַמעריקע, לעבנס־וויכטיקע אַרטיקלען און שפּײַז.
קומט איר אַ מזל־ברכה, און מיט גרויס הצלחה און דער עיקר — כּח נפֿשי.
איז מענטשנקרוין! וואָס אַן אמת זײַנען די „פֿאָרווערטס‟־לייענער פֿון דער בעסטער קאַטעגאָריע לייענער, די יוצא־מן־הכּלל אינטעליגענטסטע, באַוווּסטזיניקסטע, פֿאָרטגעשריטנסטע לייענערשאַפֿט, וואָס אַ ייִדישע צײַטונג קען הײַנט צו טאָג פֿאַרמאָגן.
ווינטש איך דעם „פֿאָרווערטס‟, אונטער שׂרה־רחלס געניטער האַנט, עס זאָל מאריך ימים ושנים זײַן. אמן!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.