ווען דער דאָקומענטאַר־פֿאָטאָגראַף ריטשאַרד שאָפֿילד האָט זיך אָנגעשטויסן אויף אַ פֿאָטאָ־אַלבום פֿון 112 ניט־אידענטיפֿיצירטע פֿאַר־מלחמדיקע בילדער אינעם סקלאַד פֿונעם „סוגיהאַראַ‟־מוזיי אין קאָוונע, האָט ער גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז ער האָט אַנטדעקט אַ יקר־המציאות.
די בילדער, וואָס מע האָט געמאַכט מער־ווייניקער במשך פֿון די יאָרן 1910־1940, האָבן געהערט צו אַ ייִדישער משפּחה. דער אַלבאָם איז אַרויסגעשמוגלט געוואָרן פֿון דער קאָוונער געטאָ און איז איבערגעגעבן געוואָרן צו אַ ליטווישער משפּחה, כּדי זיי זאָלן אים אָפּהיטן. קיינער האָט אָבער ניט געוווּסט, וואָס איז געשען מיט די מענטשן אין די בילדער, האָט מען געמיינט, אַז זיי זענען אַלע אומגעקומען.
עמאָציאָנעל גערירט פֿון די בילדער, האָט שאָפֿילד געוואָלט אידענטיפֿיצירן די מענטשן אין זיי. ער האָט זיי סקאַנירט, געמאַכט אַ „פֿייסבוק‟־זײַט, כּדי זיי צו פֿאַרשפּרייטן, און האָט אַפֿילו באַשטעלט אַ מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציע צו באַגלייטן אַ צוקונפֿטדיקע אויסשטעלונג פֿון די בילדער, כּדי אָפּצומערקן דעם 75סטן יאָרגאַנג פֿון דער קאָוונער געטאָ.
„מענטשן האָבן אָנגעהויבן איבערזעצן דאָס, וואָס ס׳איז געשטאַנען אויף די בריוו, און געוויסע זאַכן זענען קלאָר געוואָרן‟, האָט דערקלערט שאָפֿילד, דער גרינדער פֿונעם „אינטערנאַציאָנאַלן צענטער פֿאַר ליטוואַק־פֿאָטאָגראַפֿיע‟. „מיר האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז די פֿרוי, וואָס באַווײַזט זיך אין אַ סך פֿון די בילדער האָט געהייסן אַנע אָדער אַנושקע. די משפּחה האָט געהאַט שטאַרקע מוזיקאַלישע פֿאַרבינדונגען. מיר האָבן געקענט זען אַנדערע זאַכן אויך. איך בין טאַקע פֿאַרליבט געוואָרן אין די דאָזיקע פֿאָטאָגראַפֿיעס‟.
סוף־מאַרץ, אַ דאַנק אַ מזלדיקן צוזאַמענפֿאַל, האָט סאַולע וואַליִונײַטע, אַן אַרכיוויסטקע בײַם „ייִדישן מלוכישן מוזיי‟ אין ווילנע באַמערקט, אַז מע האָט גענוצט איינע פֿון די בילדער אין אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דעם חורבן אין 1999.
ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, זענען די בילדער ניט פֿון קיין אומבאַקאַנטער ייִדישער משפּחה, נאָר דווקא די קרובֿים פֿון די באַקאַנטע ייִדיש־פֿאָרשער רות ווײַס, וועלכע איז יאָרן לאַנג געווען פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין „האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, און דוד ראָסקעס, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער ליטעראַטור אינעם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟. ראָסקעס האָט אַפֿילו אָנגעשריבן אַ בוך זכרונות „ייִדישלענדער‟ וועגן זײַן משפּחה.
נאָך אַ שוועסטער, עוואַ ראָסקעס־ראַבי, איז יאָרן לאַנג געווען די דירעקטאָרין פֿון דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל‟. דער פֿאָטאָ־אַלבאָם, וואָס שאָפֿילד האָט געפֿונען, האָט געהערט צו זייער מומע, אַנושקע וואַרשאַווסקי, וואָס איז דערהרגעט געוואָרן אין אָקטאָבער 1943 צוזאַמען מיט די אַנדערע מיטגלידער פֿון איר משפּחה. „סאַולע האָט זיך פֿאַרבונדן מיט אונדז און מיר האָבן גלײַך דערקענט, אַז דאָס איז אונדזער מומעס אַלבאָם‟, האָט דערקלערט רות ווײַס, וועלכע געפֿינט זיך אין איינע פֿון די בילדער. „אַ סך פֿון די בילדער זענען דווקא די זעלביקע, וואָס זענען געווען אינעם אַלבאָם, וואָס די מאַמע האָט געבראַכט מיט זיך אין 1940. מיר זענען אויפֿגעוואַקסן מיט די דאָזיקע פֿאָטאָגראַפֿיעס‟.
פֿון אַנושקעס 10 ברידער און שוועסטער האָבן בלויז צוויי איבערגעלעבט די מלחמה. איינער האָט אימיגרירט קיין אַמעריקע פֿאַרן חורבן. די צווייטע איז געווען ווײַס און ראָסקעס׳ מאַמע מאַשע, וואָס איז אַנטלאָפֿן פֿון טשערנאָוויץ (דעמאָלט אַ טייל פֿון רומעניע) און וואָס האָט זיך באַזעצט אין מאָנטרעאָל אין 1940. פֿאַר אירע קינדער, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן הערנדיק כּסדר ווי די מאַמע דערציילט וועגן איר לעבן פֿאַר דער מלחמה, האָט די אַנטדעקונג פֿונעם אַלבאָם אַנטפּלעקט אינטערעסאַנטע פּרטים וועגן זייערע קרובֿים.
„ווען איך האָב געזען די דאָזיקע בילדער האָב איך געפֿילט ווי אַ ריזיקער טייל פֿונעם רעטעניש איז געלייזט געוואָרן‟, האָט ראָסקעס דערציילט דער ייִט׳׳אַ.
„ס׳איז געווען אַ ריזיקע משפּחה און זיי זענען אַלע געשטאָרבן‟, האָט ראָסקעס געזאָגט. „מײַן מאַמע האָט אונדז כּסדר דערציילט וועגן זיי — צו פֿרישטיק, מיטאָג און וועטשערע. בײַ איר האָט זיך די געשיכטע ווי אָפּגעשטעלט אין 1940, ווען זי האָט פֿאַרלאָזט אייראָפּע‟.
„מע האָט אונדז כּסדר דערמאָנט וועגן די דאָזיקע מענטשן, מיט וועמען מיר האָבן זיך קיינמאָל ניט געטראָפֿן און מיט וועמען מיר וועלן קיינמאָל ניט טרעפֿן‟.
דער נײַ־אַנטדעקטער אַלבאָם באַשטעטיקט דעם ספּעציעלן בונד צווישן מאַשע און אַנושקע, האָט ראָסקעס דערקלערט. די צוויי שוועסטער (באמת האַלבע שוועסטער, ווײַל זיי האָבן געהאַט באַזונדערע פֿאָטערס), האָבן זיך דורכגעשריבן און געשיקט בילדער איינע דער אַנדערער במשך פֿון לאַנגע יאָרן ווען אַנושקע האָט געוווינט אין קאָוונע און מאַשע האָט געוווינט אין ווילנע און דערנאָך אין טשערנאָוויץ. זיי האָבן זיך ווידער באַגעגנט בלויז איין מאָל במשך פֿון יענע יאָרן, אין טשערנאָוויץ אין 1938. נאָך דעם האָבן זיי זיך מער ניט געזען.
„פּונקט ווי מײַן מאַמע האָט געטרײַ אָנגעהאַלטן אַלע בילדער פֿון אַנושקע און אירע אַנדערע שוועסטער און זייערע קינדער, האָט אַנושקע געטאָן דאָס זעלביקע אין קאָוונע‟, האָט ראָסקעס דערקלערט. אין איין בילד זעט מען רות ווײַס צו פֿיר יאָר, גליטשנדיק זיך אויפֿן אײַז. רות איז געווען איינע פֿון די צוויי קינדער, וואָס מאַשע האָט געהאַט אין טשערנאָוויץ פֿאַר דער מלחמה; זי האָט געהאַט נאָך צוויי אין מאָנטרעאָל. ראָסקעס, הײַנט 68 יאָר אַלט, איז דער ייִנגסטער. ווײַס, וואָס האָט זיך לעצטנס פּענסיאָנירט פֿון איר פּאָזיציע אין „האַרוואַרד‟, וווינט הײַנט אין ניו־יאָרק.
מאַשע ראָסקעס׳ קינדער פּרובירן איצט צו פֿאַרפּינקטלעכן אַ סך וויכטיקע פּרטים וועגן די בילדער. שאָפֿילד שאַפֿט איצט געלט פֿאַר אַ מוזיקאַלישער קאָמפּאָזיציע וואָס ער רופֿט „דער קאָוונער רעקוויום‟. ער האָפֿט, אַז מע וועט אים שפּילן בײַ אַן אויסשטעלונג אין סעפּטעמבער, ווען מע וועט אָפּמערקן די 75סטע יאָרצײַט זינט מע האָט אויפֿגעשטעלט די קאָוונער געטאָ.
„ווען איך האָב געפֿונען די בילדער, האָב איך געמיינט, אַז ס׳וואָלט געווען שיין צו האָבן די נעמען פֿון די מענטשן אין די פֿאָטאָגראַפֿיעס‟, האָט שאָפֿילד דערקלערט. „איך האָב אָבער באמת ניט געטראַכט וועגן דעם, וואָס איך וועל טאָן, אַז דאָס זאָל טאַקע געשען‟. שאָפֿילד איז אַן ענגלענדער, ניט קיין ייִד, וואָס וווינט שוין 15 יאָר אין ליטע און זאָגט, אַז ער איז פֿאַרכאַפּט מיט דער געשיכטע פֿון דער פֿאַרשוווּנדענער ייִדישער ליטווישער קהילה.
דער פֿאַקט, וואָס אַנושקע האָט אויסגעגעבן צײַט אַרויסצושמוגלען די בילדער פֿון דער קאָוונער געטאָ דערקלערט אַ סך, זאָגט ראָסקעס. ער שטעלט זיך פֿאָר, אַז אין 1943, ווען מע האָט געהאַלטן אין ליקווידירן די געטאָ, איז עס שוין קלאָר געוואָרן די פֿאַרבליבענע ייִדן, אַז מע וועט זיי אין גיכן אויסהרגענען.
„מיט וואָס דאַרף אַנושקע אַ פֿאָטאָ־אַלבאָם ווען זי ווייסט, אַז זי וועט באַלד שטאַרבן?‟ פֿרעגט ראָסקעס. „זי האָט דאָך געוווּסט, אַז מאַשע איז אַנטלאָפֿן קיין קאַנאַדע און האָט איבערגעלעבט. זי האָט געטראַכט: ׳מיר זענען געקומען צום סאַמע־סוף. מע ליקווידירט די געטאָס. איך וויל, אַז מאַשע זאָל האָבן דעם אַלבאָם. דאַרף איך געפֿינען אַן אופֿן, ווי אַזוי ער זאָל אָנקומען צו איר‟.
כאָטש מאַשע ראָסקעס איז געשטאָרבן אין 1999 צו 93 יאָר, זאָגט דוד ראָסקעס, אַז ער פֿילט זיך ווי די אַנטדעקונג פֿון די בילדער מיינט, אַז זיי קערן זיך אַהיים.
„ווען מע וואָלט אונדז ניט פֿון קינדווײַז אָן כּסדר דערציילט וועגן דער משפּחה, וואָלטן די דאָזיקע בילדער סתּם געווען אַלטע, פֿאַרגעלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס‟, האָט ראָסקעס געאָזט. „ס׳פֿילט זיך אָבער ניט, ווי מיר קוקן אויף אַלטע חפֿצים. מיר ווייסן פּונקט ווער עס זענען געווען די דאָזיקע מענטשן. מיר ווייסן וועגן זייערע אַנטוישונגען, זייערע באַגערן און די גאָר קאָמפּליצירטע לעבנס, מיט וועלכע זיי האָבן אָנגעפֿירט. און איצט איז דער אַלבאָם ווידער צוריק מיט דער משפּחה, ווי אַנושקע האָט געוואָלט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.